מיין טאג אנגעהויבן האט זיך זייער גוט, אויפגעשטאנען אין א גוטע מינוט, מיין קאווע איז פיין געלונגען, גוטע נייעס טוט מען מיר ברענגען, פון מיין קינד גוטע גריסן, א קרוב'ס שידוך שליסן, א טעם אזא זיסן, מיט מיין חבר היינט צו שמועסן, מיט איהם. פאר איך יעצט צו די ארבעט ארויס, איבעראל טרעפיק אוי איך האלט עס נישט אויס, וואס גייט היינט פאר מיט דעי וועגן, אויף די גאנצע וועלט איך טוה מיך רעגן, אוי וואס גייט פאר מיט מיך, מיין קינד איז דאך מצליח, און הערן שמחות טו איך, פארגעסן אזוי גיך – פון דעם, איך בין דאך פריער אזוי פרייליך געווען. הוא הוא הוא הטיב הוא הוא הוא מטיב הוא הוא הוא ייטיב הוא הטיב, הוא מטיב הוא יטיב לנו אסאך מאל פארט אלעס אזוי מין שיין קוקט אויס ווי די גאנצע טאג וועט דיר גוט גיין, דו האסט מיט וואס זיך צו פרייען פארוואס לאזט דיך אזוי שנעל פארדרייען, נעם דעי אלע קליפות פון דיר אוועק זיי שטיפ עס ווייל ס'איז נאר קליינע ציפעס גיי ווייטער אן און סקיפ עס גלייך. דארפסט נישט יעצט ווערן אינגאנצן געדריקט אז א שארפן מעסעדזש האט דיר איינער געשיקט, א לשון הרע קומט אן צו דיינע אויערן מיינט נישט אז דו האסט אלעס פארלוירן, די קליינטשיגע זאכן טאר דיר נישט אפשוואכן נאר דארפסט ווייטער לאכן און דיין לעבן מאכן - רייך דו האסט דאך גוטס אזוי סאך. הוא הוא הוא הטיב הוא הוא הוא מטיב הוא הוא הוא ייטיב. הוא הטיב, הוא מטיב הוא יטיב לנו