Kishore Kumar Hits

Chaim Gold - פשוט געזינגען lyrics

Artist: Chaim Gold

album: אוסף שירי חיים גולד


אמאהל איז געווען א פשוט'ער מענטש
געוואוינט האט ער
אין א הייזקע א קליינע
אין א דארפל א שיינע
נישט ווייט פון די בערג
דארט לעבן אים איז א וואסער געלאפן שיין אין באקוועם
וואסער צו טרונקען באגיסן די ביימער זיך וואשן מיט דעם.
און געזונגען האט ער
לידער פאר ווער
באשאפן האט אים
לידער פון בענקשאפט און געפילן וואס זענען אריבער אויף אים.
אזוי פלעגט ער זינגען ווינטער און זומער אונטער די בוים
צווישן הימל און ערד
צווישן וואסער און בערג
אינדערהיים און אין פעלד.
און ווען ער האט געזוכט
געווארט פאר די ליכט
זיך צו פרייען מיט זיך
דארט ווי ער איז
פלעגט ער זינגען צו זיך
א ליד פון דער טיפעניש
ביז דערמאנט האט ער זיך.
און די שטערנס מיט נאך
מיט נאך אסאך באקאנטע
נאנטע און ווייטע
שעף אין די פעלדער
חיות אין וועלדער
וואסער און מער און מער
און געזונגען מיט אים.
און ווען ער האט געזוכט
געווארט פאר די ליכט
זיך צו פרייען מיט זיך
דארט ווי ער איז
פלעגט ער זינגען צו זיך
א ליד פון דער טיפעניש
ביז דערמאנט האט ער זיך.
און די שטערנס מיט נאך
מיט נאך אסאך באקאנטע
נאנטע און ווייטע
שעף אין די פעלדער
חיות אין וועלדער
וואסער און מער און מער
און געזונגען מיט אים.
און ווען ער האט געזוכט
געווארט פאר די ליכט
זיך צו פרייען מיט זיך
דארט ווי ער איז
פלעגט ער זינגען צו זיך
א ליד פון דער טיפעניש
ביז דערמאנט האט ער זיך.
און די שטערנס מיט נאך
מיט נאך אסאך באקאנטע
נאנטע און ווייטע
שעף אין די פעלדער
חיות אין וועלדער
וואסער און מער און מער
און געזונגען מיט אים.

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists