Kishore Kumar Hits

Chaim Gold - מי שהיינו ביידיש מארח את אברימי לונגר lyrics

Artist: Chaim Gold

album: אוסף שירי חיים גולד


געדענקסט ראש השנה ביינאכט א טיר זיך געעפנט
געפילט ווי די טיר מער וועט קיינמאל נישט ווערן פארמאכט
און שוין קומט די טאג עס וועט לייכטן בייטאג און ביינאכט
אויף די גאסן פון שטעטל ביים רבי'ן שפאצירן געגאנגען
די הארץ האט געפילט כ'האב געזינגען צו מיר וואס איך טראכט
מחשבות אויף ווערטער געווארן גערעדט אזוי שטייט
ביסט דאך אייביג מיט מיר
ווי נאר איך בין
דיר וויל איך אלעס פארציילן
סודות באהאלטן פון מיר
א טיר נאך א טיר
און שפעטער ביינאכט
זיך שלאפן געלייגט
ווערטער גערעדט שטילערהייט
די וועלט איז א שקר
איך בין אבער אמת'דיג דיינס
גייענדיג ווייטער די וועג
פארבירט נאך צו זינגען
די הארץ איז פארמאכט יעצט איך זיץ אויף א באנק און איך ווארט
ווי גוט איך זאל זוכן און זינגען דער ניגון פון היינט
דער ליד וואס איך זינג איז א ליד נישט קיין באקאנטער
מען מוז אבער זינגען אפילו מען ווייסט נישט וויאזוי
דאס איז די וועג פאר א ניגון א נייעם אזוי
עס וועט קומען די טאג
מיר גייען פארשטיין
פאר וואס זענען אונז דא געווען
אונז האבן געזוכט נאר צו לעבן די וועגן פון איהם
און נאכאמאל איך זינג
צו דיר היינט א ליד
נאכאמאל פאר תשובה איך ווארט
זוכן, איז טרעפן און זוך די אמונה פון היינט
ביסט דאך אייביג מיט מיר
ווי נאר איך בין
דיר וויל איך אלעס פארציילן
סודות באהאלטן פון מיר
א טיר נאך א טיר
און שפעטער ביינאכט
זיך שלאפן געלייגט
ווערטער גערעדט שטילערהייט
די וועלט איז א שקר
איך בין אבער אמת'דיג דיינס

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists