ביי פרעה אין מצרים שווארצע קנעכט
אין פינסטערניש געלעבט ביטער און שלעכט,
דיינע וואונדער און דיין שטארקייט האבן מיר דאן אלע געזעהן
די ניסים וואס זענען דארט געשעהן.
א ציטערניש געפאלן אויף דער וועלט,
די רוישיג ים און טייכן האבן זיך געשטעלט,
די דינערן די בליצן פלאקערן פון בארג סיני,
נאר פאר תורה איז דער וועלט כדאי.
א גאנצע וועלט באשאפן נאר פאר דיר,
און וואס דו דארפסט מיין קינד בעהט עס נאר פון מיר,
פאר נדן א מתנה קריגסטו דאס הייליג לאנד,
היט עס נאר גוט אפ מיט דיין פארשטאנד,
די כלה אזוי איידל שיין און גוט,
וועט באלייכטן דיינע וועגן אלע דיינע טריט,
און חלילה אויב דו וועסט אמאל פארגעסן איר,
מיט בענקשאפט וועט זי ווארטן דארט אויף דיר.
דעם ביהמ"ק דארטן אויפגעשטעלט,
א פראכט א שיינקייט פאר די גאנצע וועלט,
אבער נארישע קינדער מיר האבן זיך פארזינדיגט פאר דיר,
געוואלד מיר בענקען היינט נאך דיר.
אזויפיל לאנגע יארן ביטער און שלעכט,
נישט ביי פרעה נאר ביי זיך אליין יעדער איז א קנעכט,
דעם אמת טיף אין הארצן ווייסן דאך מיר אליין,
רבוש"ע וואס איז מיט אונז געשעהן.
השיבנו ה' אליך,
קער אונז שוין צוריק אין א גוטע שעה,
דיינע גרויסע וואונדער באווייז די פעלקער נאכאמאל,
דאס ליבשאפט פאר דיין איינציג קינד ישראל
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist