Kishore Kumar Hits

Lipa Schmeltzer - Sixty Tellers - זעכציג טעלערס lyrics

Artist: Lipa Schmeltzer

album: BavLipa - בבליפא


אינדערהיים פאר פורים בעט רבה,
פון זיין פלומעניק אביי דער גבאי,
טראג משלוח מנות א גלאז געבראטן מעל,
מיט א זעקעלע תמרים,
פאר מרי בר מר.
מרי בר מר,
וועט זען אזא זאך
וועט ער זאגן הויעך פאר דער גאנצער חברותא,
אז די קארב הענגט נאכנישט פון האלז,
כאטש מ'איז רייך
דו ביסט ראש ישיבה אין פומבדיתא,
אן ארעמע משלוח מנות שיקסטו נאך אלץ.
ליהודים היתה אורה,
פאלגט אביי טראגט די סחורה,
מרי זעט און זאגט שיין קומ'זשע,
די משלוח מנות ווייזט ארומ'זשע,
שמעקט פון מעל עס גרייכט די נעול,
אויך די תמרים נעבן גלעזל.
פיין פיין פיין
געסט זיי נעמען און זיי "בינדזשען",
מרי בר מר כאפט א פעפער,
גאר א שארפע מיט א זשינזשער,
שיקט צוריק ווארט אויף קיין ענטפער,
זאגט אביי ריש גלותא,
האט געשיקט נישט שארפע זיסע,
דו שיקסט שארף אויף פומבדיתא.
(נישט איך זאג, כ'מיין רבה קען אפשר זאגן...)
אביי הייבט אן זען טישן,
דער מח וויל מישן,
אפשר זאל איך ארויסגיין.
עס שמעקט פיין,
צי וואלט יעדער באמערקט ניין,
איך וואלט מיר באלעקט מיין,
אפעטיט קען אויסגיין.
זעכציג פארציעס,
און יעדע פארציע,
האט זעכציג טעלערס,
און יעדע טעלער האט זעכציג מיני עסן.
זעכציג סארטן,
זעכציג טארטן,
זעכציג מאל זעכציג,
און אביי וואו ער איז האט שוין פארגעסן.
די עולם איז מער נישט לעכציג,
ווער קען עסן נאך זעכציג זעכציג,
אבער מען "סורפרייזט" דארט יעדער
מיט א פרישע טאפ צלי קדר.
אביי זאגט, גיב א קוק איך בעט-דיר,
ארויפגעברענגט פון סעלער
א פרישע טעלער,
ריק עם אהער וואס שנעלער
כ'וואלט נאך די טעלער אויך אויפגעגעסן,
אזוי הונגעריג בין איך
אוי ריבונו של עולם.
זעכציג פארציעס,
און יעדע פארציע,
האט זעכציג טעלערס,
און יעדע טעלער האט זעכציג מיני עסן.
זעכציג סארטן,
זעכציג טארטן,
זעכציג מאל זעכציג,
און אביי וואלט די טעלער אויך אויפגעגעסן.
סילקא, זמית, קורא, צנון, אביתות, קפריסין, שותא,
פיל הלבן, זנגבולא, חריף קדרא.
גיב אהער א סמודא,
גיב אהער א סמודא.
טורמיסא, דורמסקין, אביסל פרגיות,
גיב אהער א גרוגרת,
א גרוגרת גיב אהער,
א מקפה, כליות, אביסעלע חמרא, עולשין
זאגט אביי אליין פשט,
אז א מענטש קען שפירן זאט,
אפילו ווען מען איז ארעם און הונגעריג
ווי דער טונקעלער נאכט.
מען געוואוינט זיך צו צום שטורעם,
ווייל מ'איז אזוי פארארעמט,
צו שפירן די הונגער האט מען ניטאמאל
דער כח צו נעמען אין אכט.
איך בין ארויס פון רבה'ס שטוב,
האב איך געשפירט אז איך בין זאט,
אבער ווען איך בין
אריינגעקומען צו דער סעודה,
האב איך איינגעזען ווי
אויסגעהונגערט איך בין.
קען מען לערנען פון דעם,
אז א מענטש וואס הונגערט נעבעך
און באקומט עס נישט,
קען אויסגיין ממש און טון זאכן,
וואס מ'וואלט קיינמאל, קיינמאל
קיינמאל נישט געוואלט טון.
בעט איך באשעפער לאז מיר נישט הונגערן,
לאז מיר נישט הונגערן,
ביז איך שפיר איך גיי אראפ פון זין.
אז איך זאל נישט וועלן טון,
וואס כ'וואלט קיינמאל נישט געטון,
ווייל איך מיין, מיין לעבן פארגרינגערן.
מיר בעטן באשעפער לאז אונז נישט הונגערן,
לאז אונז נישט הונגערן,
ביז מען שפירט מען גייט אראפ פון זין.
א מענטש זאל נישט וועלן טון,
וואס מ'וואלט קיינמאל נישט געטון,
מ'מיינט דאס לעבן צו פארגרינגערן.
באשעפער לאז מיך נישט הונגערן!

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists