איך געדענק דיר כאטש דו ביסט נישט דא
איך שפיר אז דיין נשמה איז יא דא
ווען פון דיר איך טראכט מיט טרערען
ווער איך באלד באדעקט
איך געדענק דיר כאטש דו ביסט נישט דא
איך שפיר אז דיין נשמה איז יא דא
פונקט ווי נעכטען זעהט עס אויס
דו ביסט פון מיר אוועק
אן אלמן א אלמנה
א יתום א יתומה
אלץ האט א כוונה
וויאזוי מיר ריפען זיי
די תורה טוט אונז שענקען
וויאזוי מען זאל געדענקען
דעהם וועם נאך מיר בענקען
ווען עס טוט אונז וויי
די צער איז גאר שווער צו באגריפען
ווען עס קומט צו די אייגען הויז געזינד
די תורה זאגט ניטאמאהל
וויאזוי צו ריפען
ווען א טאטע מאמע פארלירען א אייגען קינד
איין נאמען פאר דיר עס טויג
דעהם שווארץ אפעל פון אויג
שרוליק שרוליק ליבשאפט שפיר
מיר בענקען נאך דיר
די נאמען פאר דיר עס טויג
מיין שווארץ אפעל פון אויג
שרוליק שרוליק ליבשאפט שפיר
איך בענק אזוי נאך דיר
איך געדענק דיר כאטש דו ביסט נישטא
איך שפיר אז דיין נשמה איז יא דא
ווען איך טראכט פון דיר א תפילה
און מיין הארץ ערוועקט
איך געדענק דיר כאטש דו ביסט נישטא
איך שפיר אז דיין נשמה איז יא דא
פונקט ווי קדשי קדשים
די שכינה זיך אנטפלעקט
דיין תורה חסד אומצאליג
דאך פעלט אונז דאס אמאליג
היים פון דיין קינד ישרוליק
וואס בענקט אזוי נאך דיר
גענוג און נאך פארטיליקט
יעדעס יאהר מאכט אזא חילוק
שרוליק שוין באוויליג
צו דיר השם איך אפעיליר
ליבשאפט שרייט געגועים פוונדערווייטען
דאס נישט זעהן
ווער איז דען בלינד
פאראייניג דיין ליבער שרוליקעל מיט זיין טאטען
די מאמע
מיט איר אייגען קינד
די נאמען פאר דיר עס טויג
מיין שווארץ אפל פון איוג
שרוליק שרוליק ליבשאפט שפיר
מיר בענקען נאך דיר
די נאמען פאר דיר עס טויג
מיין שווארץ אפל פון אויג
שרוליק שרוליק ליבשאפט שפיר
שרוליק איך בענק אזוי נאך דיר
בני בכורי ישראל ישראל בך אתפאר
שרוליק
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist