Kishore Kumar Hits

Yeedle - A Verdiger Yid lyrics

Artist: Yeedle

album: A Verdiger Yid


•••
אזמרה לאלוקי בעודי
מיינט זיך שטארקן זאל אזוי דו
קיינמאל נישט טראכטן קיין דבר רע
נאר זוך אויף דעם (די) נקודה טובה
אפילו אמאל ווען מען פאלט
מאך נישט פון דעם אזא געוואלד
נעם נאר דאס גוטס וואס דו טרעפסט יא אין דיר
און נאר אויף דעם זיך קאנצענטריר
געדענקען מען מוז
אז וויאזוי מען איז
זיך מאכן פרייליך במילתא דשטות
(רולי ראלי טרילי ראפיפי פום פימפי...)
טוה צו דער זאך
א שפרינג א טאנץ א לאך
שהוא שהוא דבר גדול מאד
מיט יעדן גליד
נאך שמחה ציהט
פאר א יעדע'ס ווערדיגער איד
דאס איז די אמת'ע היילונג אין יעדן נויט
ס'איז א דבר גדול מאד
נישט דא קיין מענטש וואס פארהאן
וואס אלעס זאל גיין לויטן פלאן
דאס צובראכנקייט השפעות פארטרייבט
דערנאך פון דעם גארנישט בלייבט
עס דיר נישט דאס געזונט
פון די טרויער און עצבות די הויט אפשינדט
הייב אן טראכטן טיף
גיי דורך יעדן סעיף
אין וואס בין איך דאס בעסטע ווען איך פריוו
ווייל געדענקען מען מוז
אז וויאזוי מען איז
זיך מאכן פרייליך במילתא דשטות
(רילע רילי רילי...)
טוה צו דער זאך
א שפרינג א טאנץ א לאך
שהוא שהוא דבר גדול מאד
מיט יעדן גליד
נאך שמחה ציהט
פאר א יעדע'ס ווערדיגער איד
דאס איז דער אמת'ע היילונג אין יעדן נויט
ס'איז א דבר גדול מאד
•••
אזמרה לאלקי בעודי
שבחו לשמו והודו
מען קען דאך פועל'ן יעדע ישועה קרובה
מיטן טרעפן א נקודה טובה
ווייל געדענקען מען מוז
אז וויאזוי מען איז
זיך מאכן פרייליך במילתא דשטות
טוה צו דער זאך
שפרינג ביזן דאך
די רבי זאגט ס'איז א דבר גדול מאד
ווער עס פאלגט און היט
און דערהערט דעם ליד
איז זייער א ווערדיגער איד
א פייער אפפער אין יעדן נויט
ס'איז א דבר גדול מאד
•••
ויפריקנה מכל עקתין
אפילו מאכן פאקסן
מיט שמחה קען מען וואקסן
ס'איז ממש א חובה
זוך א נקודה טובה
א ווערדיגער...
•••
ווערדיגער איד

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists