Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Atu Hareisa lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Leibedige Sifrei Torah


עס פליען ארום די טויבן
ציבראכענע שויבן
מיט ברעטער פארנאגעלט
פארוואוסט און פארוואגעלט
אן אויסגעשפילענע
שטייט זי אין ווילנא
די שול
זי ווארט אויף מלחמה איבערלעבער
זי וויל שוין זיין די גאסטגעבער
אבער קוים א מנין פארבליבען
זיך צוזאמען געקליבען
שמחה תורה ביינאכט
נאך די קריג אפגעשוואכט
אין שול
מען הייבט שוין אן אתה הראת לדעת
א יעדן'ס אויגן פון טרערן איז נאס
דער גבאי ער גייט שוין צום ארון הקודש
ארויף די דריי שטיגען
ער טראכט שוין וואס וועט זיין
די ערשטע ניגון
ער עפנט פון ארון הקודש די צוויי טירעלעך
ער הייבט אן צי וויינען
עס רינען טרערן צוויי שנירעלעך
א ווידערקול קלאפט אים
צוריק אין פנים
כאילו ער זאגט אים שרייעדיג
קוק נישט אריין אין מיר ווייל איך בין ליידיג
דער גאנצער עולם פארגליווערט שאקירט און פאר'מוח'ט
ס'איז שא שטיל מ'הערט ווי יעדער בוכה'ט
אוי רבונו של עולם שטייען מיר פארלוירן
צובראכן אינגאנצן
נישטא קיין ספר תורה מיט וואס גייען מיר טאנצן
אוי הוי
פלוצלונג באמערקט מען דריי קליינטשיקע קינדערלעך
פון די גאנצע שטאט נאר זיי איבערגעלעבט אזוי ווינדערלעך
זייערע פנים פארציילט נעבעך אזויפיל
זיי זענען כשר'ע ספרי תורות אן קיין פסול
שרייען זיי מיט הייסע טרערעלעך
אוי הוי
מיר וועלן זיין ענקערע ספר תורה
מיט אונז וועט מען צוריק בויען די קומענדיגע דורות
אנשטאטס די ספרי תורות הייבט אונז אויף
טאנצטס מיט אונז ביז'ן הימעל ארויף
רייסטס איין אז די קומענדיגע דורות זאלען וואקסן ערליכע
אוי הוי הוי הוי הוי
הייליגע קינדערליך קומטס מיר וועלן אייך אויפהייבן
און ווייזן פאר'ן בורא אז מיר טוען נאך אין אים גלייבן
כאטש מיר זענען אדורך דעם גיהנום התחתון
טאטע טוען מיר פון דיר נאך טראכטן
און טאנצן פאר דיר אפילו עס קומט אן שווערליך
אין דעם טונקל קאלטן שול
דעם עולם השפל'ע
זענען זיי שוין גרייט צו טאנצן די ערשטע הקפה'לע
עס ווארטן שוין די עלטערן
די קדושים דארט אין די הויכע עולמות
מיטצוטאנצן מיט זייערע קינדערלעך די הייליגע נשמות
ווער קען דען שאצן די שמחה אין שול ווי ווייט זי איז
מיר גייען טאנצן א נקמה אין די פינסטערע נאציס
די בעל תפילה רבי נחום דרייט זיך אויס און זאגט רבותי
מיט טרערן הייסע
לכבוד די הייליגע ספר תורה'לעך
הייבן מיר נאכאמאל אן אתה הראת
אתה הראת לדעת
אוי אתה הראת לדעת
כי ה' הוא האלוקים אוי הוי הוי אוי הוי הוי
כי ה' הוא האלוקים אוי הוי הוי אוי הוי הוי
אין עוד מלבדו אין עוד מלבדו אין עוד מלבדו
אין עוד מלבדו
אתה בחרתנו אהבת אתנו
אין צער און אין ליידן
אין גליק און אין פריידן
די אהבה צווישן אונז ביידן
קען קיינער נישט שיידן
קיינמאל
טאטע אונזער אויסלייזער
קוק ווי דיין קינד נאך געטריי איז ער
אזויפיל טרערן געזעהן אין דיר
געווארן גאר נענטער
זאג מיר טאטעניו מי כעמך ישראל
פאטער אין הימעל צייגן פאר דיר איצט וועל איך
דערמאן דיך אין ווילנא די צובראכענע קינדער גאר פיצעלעך
זיי האבן צוריק געבויעט דיין חלום נאך שענער ווי אמאל
קוק וויפיל טויזענטער קינדער שרייען שמע ישראל
צו וואלסטו זיי ווען אויפגעטוישט פאר'ן בעסטן פאלק אפילו
קוק דעם שיינקייט פון דיין עם סגולה
ישיבות חדרים כוללים טוען לייכטן אין דעם גלות דעם טונקעלען
מען הערט דעם קול תורה אין אלע ווינקעלען
אוי הוי
הייליגע באשעפער הקל הגיבור
שוין אזויפיל שמחה תורות פון דאן זענען אריבער
מיר האבען דיך קיינמאל נישט פארלאזט
קוק וויפיל ספר תורה'לעך היינט די האסט
א יודישען חן מה נעים גורלנו ומה יפה
אוי הוי
א שאלה פון דיר פרעגן לכאורה ווילעך
ווען וועסטו שוין טאנצן מיט דיינע ספרי תורה'לעך
זעקס טויזענט יאר איז דען נישט ציפיל
וויפיל איז די שיעור טאטע וויפיל
ווען וועסטו שוין טאנצן מיט דיין קינד די זיבעטע הקפה
מיין טייער קינד איך הייב דיך שוין אויף אט ווידער
אוי ווי שיין וועט עס זיין ווען איך וועל נאכאמאל טאנצן מיט דער
דיין ישועה איז דא ס'הענגט נאר אויף א פאדים עד ביאה'נעם
נאך אביסעלע אחדות נאך אביסעלע אהבת חנם
אין גן עדן דעם טיר פון ארון הקודש איך עפן
מיט אלע קדושים וועסטו מיין קינד זיך נאכאמאל טרעפן
מיט זיי אינאיינעם קיין ירושלים גיין
און יעדער וועט זינגען אזוי
אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלוקים
אין עוד מלבדו

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists