Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - V'Zos HaTora lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Leibedige Sifrei Torah


ביי זיך אינדערהיים אין זיין בנין
מאכט יעדן שבת א מנין
פארלוירענע נשמות קומען זיך דארטן צאם
זאלן זיי אויך שפירן א שבת'דיגן טעם
אינאיינעם זמירות זינגט מען
עד עלות השחר שפרינגט מען
אבער שבת אינדערפרי קען מען דארט נישט דאווענען לכאורה
ער האט נישט פון וואו צו שאפן א ספר תורה
א קלאפ אויף זיין טיר איין טאג הערט ער
איבערראשט אינגאנצן ווערט ער
שטייט דארט א זקן מיט א ספר תורה אין זיין הענטעלע
שטויביג און אלט, מיט אן אפגעריסענעם מענטעלע
נאס פון טרערן זיינע אויגן
שוין יארן אדורך געפלויגן
געראטעוועט פון אוישוויץ, האב איך דעם תורה'לע מיין
שוין יארן עס ליגט באהאלטן אין מיין שטוב אליין
געווען בין איך אין ווארשע דער בעל קורא
איין שבת ביי קריאת התורה
די נאצישע רשעים, געשטורעמט די ביהמ"ד ווענט
טאטעס מיט קינדער פאר א קרבן מוסף פארברענט
איך בין ארויסגעלאפן מיט דעם ספר תורה אין מיין הענט.
געהיטן אין די שווערסטע צייטן
האבן מיר זיך איינער דעם צווייטן,
נאכן באפרייאונג באהאלטן האב איך איר שטיל
ס'האט דאך נעבעך געליטן אזוי פיל
איך שפיר אבער אז דא ביי דיר באלאנגען זי וויל.
וזאת וזאת התורה
תורה'לע האב נישט קיין מורא
די בעסטע פלאץ פאר דיר וועט דא זיין
ליינען וועלן דיר נשמות
וואס גייען אדורך מלחמות
ענק וועלן זיך איינער דעם צווייטן זייער גוט פארשטיין
מיט דיר וועלן זיי טאנצן
מיט דיר וועלן זיי וויינען
זאג זיי, מיין קינד, איך פארשטיי דיין געוויין,
מ'האט מיך אויך פון מיין היים פארטריבן
דאך קוק ווי שיין איך בין געבליבן
און בלייבן וועל איך לעיני כל ישראל
און אויב ס'שווער, בראשית, הייב אן נאכאמאל!
נאכן דאווענען מ'טאנצט א רקידה
זיך וואשן גייט יעדער צום סעודה
ער זעט ווי א קינד האט זיך אוועקגעריקט
און גייט אריין אינעם צימער, דארטן וואו די תורה'לע ליגט
נעבן ארון קודש שטייט ער
מיט שטילע קולות שרייט ער
זיך איינצוהאלטן האט ער נישט די כוחות
ער פלאצט אויס אין א געוויין דארט ביים פרוכת.
תורה דו פארשטייסט מיך מסתמא
איך האב יונג פארלוירן מיין מאמע,
גאנצעטע נעכט געיאמערט און געוויינט
קיינער האט מיך נישט געעפנט, און מיך נישט געליינט
צי זעסטו ווי באהאלטן איך בין, פארשטייסט דאך וואס דאס מיינט
צי וועט מיך נאך איינער געפינען
היילן מיינע טרערן וואס רינען
הייליגער תורה, דיר מקנא איך בין
ווי שיין מ'האט דיך צוריק אויפגעהויבן, און מ'האט דיך אינזין
הלוואי וועל איך איין טאג שפירן דעם טעם דערפון.
וזאת וזאת התורה
נשמה'לע, האב נישט קיין מורא
איך קוק אריין אין דיר, מיין טייער קינד
דיינע ווערטער טו איך ליינען
דיינע פרשיות מאכט מיר וויינען
ווער נאך ווי איך פארשטיי דיינע פארבלוטיגטע טינט.
אבער איך זאג דיר, אז:
מיט דיר וועט מען נאך טאנצן
ווייל דיינע אותיות גלאנצן
יעדע אות פון דיר וועט מען פארשטיין
קיין חילוק ווי דו ביסט פארטריבן
מיט הייליגע טינט ביסטו פארשריבן
און בלייבן וועסטו לעיני כל ישראל
און אויב ס'שווער, בראשית, הייב אן נאכאמאל!

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists