Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Mein Brider lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Leibedige Sifrei Torah


לכבוד מיין טייערע ברידער
ר' ברוך יהודה זכרונו לברכה,
אלע לעכט זענען שוין אויסגעלאשן,
איך זיץ דא ביי מיין קישען מיט מיין פעדער אין מיין האנט,
און איך שרייב אויף פאפיר
וואס איז נאס מיט טרערן,
איך וויל זיך מיט דיר אדוירכשמיעסן און איך וויל הערן,
וואס טוט זיך מיט א צדיק
וואס גייט ארויף פון די וועלט צום עולם האמת.
מיין טייערע ברידער מיין לעכטיגע ברידער ווי ביסטו,
טייערע ברודער הייליגע ברידער וואס טיסטו,
מיין טייערע ברידער מיר האבן זיך געשיידט אזוי פרי,
מיין טייערע ברודער דו ביסט שוין געגאנגען צי דיין אייביגע רוה,
אזוי געטריי ביסטו געוועהן (אוי) צו מיר,
אזוי נאנט בין איך געוועהן (אוי אוי) צו דיר,
אוי דאס הארץ בענקט און בענקט אן א שיעור,
ברענג דיין זעקעלע
איך וויל אריינווארפן נאך איין מאל אין איר,
אלקא דמאיר עננו אלקא דמאיר עננו,
רבי מאיר האט דיך באגלייט
מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט,
און דיך מקבל געוועהן אויף זיין יארצייט.
אוי הוי,
אזוי פיל מיט געמאכט האסטו אין דיין לעבן,
אבער קיינמאל האסטו נישט אויפגעגעבן,
אזוי פיל חסד מיט דיינע שוועריקייטן,
(אזוי פיל חסד מיט דיינע שוועריקייטן)
א גוט ווארט א שמייכעלע פאר א צווייטן.
אוי הוי,
ווי שיין איז געוועהן דיין כיבוד אב ואם,
שבת פעקלעך געטראגען פאר יודען אהיים,
צי וועט דיין חלום אמאל ערפילט ווערן,
ברידערל איך שריי צי דיר
צי קענסטו מיך הערן,
אוי אלקא דמאיר עננו אלקא דמאיר עננו,
רבי מאיר האט דיך באגלייט
מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט,
און דיך מקבל געוועהן אויף זיין יארצייט.
מיין טייערע ברידער
מען האט מיך דא אויבן שיין אויפגענומען,
דער ריבונו של עולם און דער פמליא של מעלה
איז מיר אקעגן געקומען,
מיין הייליגע טאטע רבי משולם זושא
זאגט מיר מיט א שמייכל,
קום נאר מיין קינד
און איך וועל דיר ווייזן דיין שיינעם היכל,
ווייל אזוי געטריי צו די משפחה ווי א רעכטע האנט,
(אזוי געטריי געוועהן)
אזוי פיל צובראכענע הערצער האסטו אויפגעשיינט,
יתומים, אלמנות, ארעמעלייט אונטערגעליינט,
א יעדער האט געשפירט ווי ער האט פארלוירן
זיין בעסטע פריינט,
אלקא דמאיר עננו אלקא דמאיר עננו,
רבי מאיר האט דיך באגלייט
מיט א שמייכעלע אויסגעשפרייט,
און דיך מקבל געוועהן אויף זיין יארצייט,
אוי הוי,
טייערע קינדערלעך איך בין נאך געבליבן געטריי,
מיט מיין זעקעלע פאר'ן כסא הכבוד איך שריי,
אוי טאטע פאר א יעדן אידיש קינד,
(פאר א יעדן אידיש קינד)
שיק שוין נחת, פרנסה, שידוכים און געזונט,
אוי הוי,
ביי יעדן היכל מיט מיין זעקעלע אין מיין הענט,
שריי איך הייליגע אבות
ווארפטס אריין וויפיל איר קענט,
איך שטיי און וויין ביי משיח בן דוד,
און אלע צדיקים וויינען מיט, מיט מיר,
אלקא דמאיר עננו אלקא דמאיר עננו,
רבי מאיר האט מיך באגלייט
און צוזאמען מיט מיר ער שרייט,
טאטע טאטע מיר זענען שוין גרייט,
רבי מאיר האט מיר באגלייט
און צוזאמען מיט מיר ער שרייט,
קינדערלעך קינדערלעך אט אט ווערן מיר באפרייט,
(אט אט ווערן מיר באפרייט)
אלקא דמאיר עננו אלקא דמאיר עננו,
רבי מאיר האט מיך באגלייט
און צוזאמען מיט מיר ער שרייט,
קינדערלעך קינדערלעך אט אט זענען מיר באפרייט,
רבי מאיר האט מיך באגלייט
און צוזאמען מיט מיר ער שרייט,
קינדערלעך אט אט זענען מיר באפרייט,
און צוזאמען מיט אונז ער שרייט
קינדערלעך מיר זענען שוין באפרייט

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists