ואהבת לרעך כמוך
ביים צאנזער רב אין צימער
חסידים, פון וואו אימער,
א געשטופעכטס, ביים גבאי'ן,
יעדער וויל א קוויטל שרייבן
שטייען לאנגע רייען
צום צדיק אריין גייען
חסידים ואנשי מעשה
תלמידים מיט בערד ווייסע
ר' פישל מיט פרייליכע טריט,
שלום דעם רבי'ן גיט,
דערציילט דעם רבי'ן זיס,
כ'קום פון שינאווא צופיס,
איך טו מיט מיר א גריס טראגן,
פונעם שינאווער צום רבין זאגן
דער צאנזער, צדיק ועניו
צהלתו בפניו
פרעגט אים יעצט אצינד,
דערצייל עפעס מיין קינד,
דאס גדלות וואס מ'געפונט,
ביים שינאווער זאל זיין געזונט,
אין שינאווע געזען איך האב גענוג,
גירסא מפומיה לא פסיק!
יעדע רגע אנגעזאפט,
מיט'ן ט"ז,
מיט'ן ש"ך,
אינעם ב"ח,
מיט'ן צל"ח,
דער צאנזער התפעלות נישט כאפט,
רבי, איך בין מלא התפעלות,
אזא דאוונען זאגט שוין אלעס,
שיר המעלות מיט'ן טלית
פלאות, אָ ן גוזמאות,
מיט דמעות,
לאנגע שעות,
דער רב נאכנישט נתפעל פון דאס,
זיין שטערן ער רייבט מיט די האנט
אט א מעשה'לע זיך דערמאנט
אין א שווערע שניי שטורעם,
גייט א יוד גאר ארים,
ס'שניי פאלט ווי זי וויל
נעבעך, נעבעך אָ ן א שטיוול,
דער שינאווער קוקט ארויס,
ואהבת לרעך שרייט אויס,
די שטיוול זיינע, אָ ן קיין פלעק,
דעם ארעמאן ער געט אוועק
דער צאנזער רב שטארק נתפעל,
דאס איז א גדול ישראל,
כ'האב א מצות עשה
ווייזן אינטערעסע
מיין חבר זאל געלונגען גיין
ואהבת, פונקט ווי מיר אליין
א איד גייט אין די קעלט
האסט זיך אפגעשטעלט
ואהבת לרעך ער קוועלט
די גרעסטע מצוה אויף דער וועלט
ואהבת לרעך אָ ן קיין שיעור
אויף יעדן טריט און ריר
דעם חבר האב אינזינען
ליב אים און פארגין אים
זען דאס גוטסקייט אין אים
מעג זיין אפילו בחינם
כל זמן, שהנשמה בקרבי
ליבן יעדן איך טו
א חבר דורך גייט
שמייכל צו אים ברייט
גאר א מצוה א הויכע
ואהבת לרעך כמוך
פון צדיקים זאגט מען נאך ביי הקפות,
די העכסטע יחוד נישט פארשלאף עס
פאר מדריגות און כוונות
פאר הכנות און למדנות
"למען השם האב רחמנות"
טרעט נישט אויף דיין חבר'ס פיס.
מאך דיין חבר פילן א מיליאן,
ווי א קעניג אויף זיין טראן,
ואהבת מיט א בליץ,
לרעך זאג א וויץ,
וואס הערט זיך עפעס גוטס!
מה טוב ומה נעים ווי זיס
ואהבת ווערט אויס ארטיקל
ווען מ'מאכט יענעם פאר א ניקל
אויפ'ן חבר'ס פיקל
טוט אפ א שטיקל,
א ווארט א שמייכל א לאך,
והנה דמו נשפך,
ואהבת יעדעס אידישע צווייג
מ'מיניש זיין דער רשכבה"ג
כמוך אָ ן אחריות
גיב אים נישט קיין דעות
גיב אים צו א שטיק חיות
האלא, דו ביסט פיינע נייעס
א חבר פרובירט א ביזנעס טשאנס
ער וויל הערן א גוט ווארט דיינס
ואהבת גיב עס גאנץ
לרעך מיט א גלאנץ
דו ווילסט אויך אזוינס
איך קום דיר העלפן ברודער מיינס
ואהבת לרעך מיט פרייד
יא, אויך ווען יענעם גוט גייט
זעסט, ס'פרייליך מיט אים
נשתנו העיתים
עס גייט אים גוט דער פיטום
פריי דיך מיט אים אמת'דיגערהייט
דאס איז די תורה נאר
ואידך פירושא זיל גמור
ליב אים מיט געשמאק
נישט גיבן אים א האק
א שמייכעלע יענעם געבן
ס'קען ראטעווען זיין גאנצע לעבן
איך ליב יעדע אידישע צווייג
מוז נישט זיין דער רשכבה"ג
דעם קאפ אים נישט פארדריי עס
גיב אים נישט קיין דעות
גיב אים צו א שטיק חיות
אידעלע ביסט פיינע נייעס!
Поcмотреть все песни артиста