Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Boche Buche! lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Mimini Michoel


אוי טייערע חברים
קומטס אלע חברים
מ'גייט יעצט באכענען
מ'גייט יעצט וואס?
באכענען
מ'גייט וואס?
באכענען
איי פארוואס?
הערט א מעשה וואס באכעט
וועט איר פארשטיין פארוואס
באכענען
באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט
גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס קומט אָן היינט
דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע
באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט
גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס קומט אָן היינט
דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע
דער בריסקער ראש ישיבה קומט צופרי אין שול אריין
דער וואנט איז אנגערויכערט
דער וואנט איז אנגערויכערט
דער וואנט אנגערויכערט
פון די תפילות פייער שיין
פון א איד וואס בוכה'ט
פון א איד וואס בוכה'ט
דער בריסקער גייט צו נענטער פרעגן דעם איד וואס איז דער פלאן
וואס ביסטו פאר'מח'עט?
וואס ביסטו פאר'מח'עט?
ווער איז דער איד וואס שרייט דא קולות, מי זה בא לכאן
דער קארלינער שוחט
דער קארלינער שוחט
צי מיינסטו אז דער אייבשטער קען דיך נישט הערן
שטילער שטילער שטילער שטילער
צי מיינסטו אז נאר שרייען קולי קולות דייקא וויל ער
אוי ראש ישיבה
דער אייבערשטער קען זיכער הערן, הערן
אוי ראש ישיבה
אפילו מען שרייט נישט ווי בערן, בערן
אוי ראש ישיבה
אבער וואס זאל איך טון אז איך וויל עס שפירן
איך וויל שפירן וואס איך בעט
איך וויל הערן וואס איך דאוון
איך וויל הערן וואס איך דאוון
באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט
גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס הייבט אָן היינט
דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע
באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט
גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס הייבט אָן היינט
דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע
איי ליבער ברודער זאג, צי פעלט אויס אלע טאנצעריי
צי פעלט אויס דאס קאכן
צי פעלט אויס דאס קאכן
וואס שלעכט אינווייניג זיין דערהויבן אונטער פאנצעריי
דער אייבערשטער וועט הארכן
דער אייבערשטער וועט הארכן
ליבער ברודער כ'ווייס גאנץ גוט אז איך קען טאנצן שטילער שטילער
אבער ליבער ברודער, אלע טענצער, זיכער וויל איך וויל איך
אוי מיינע חברה
כ'ווייס כ'קען פון אינווייניג טאנצן
אוי מיינע חברה
ס'פעלט אפשר נישט אויס די ווילדע טראנסן
אוי מיינע חברה
זאגטס מיר דעם אמת, זענט איר אינגאנצן מיט מיר
באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט
גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס הייבט אָן היינט
דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע
באכע באכע באכע
ליבער מוזיקאנט
גיב א זשוכע זשוכע זשוכע
ווייל עס הייבט אָן היינט
דא א נייע עפאכע עפאכע
שפע ברכה והצלחה
אזוינס און אזאלכע

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists