כל כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו משמח זיין ער איז נישט ביכולת עובר בחמשה קולות כל כל הנהנה מסעודת חתן ומשמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה אין די שפּעטע נאכט שעה'ן קלאפּט ער אָן ביים סטייפּלער גאון אוי רבי איך האב א שאלה בענין חתן וכלה ילמדנו רבינו פון א חתונה יעצט קום איך אויסרעדן דאס הארץ איך מוז מיך ס'איז מיר א אפּקומעניש רבי אויב בשמחה איז מען נישט וואס טוט מען רבי ענני יעדער טאנצט ווער דען נישט ישמח לבב אנוש אבער איך גארנישט קען נישט נישט טאנצן זינגען עס מאכט מיר תמיד בייז מיינע מחשבות טוט גובר זיין איך זאל נישט גיין צו שמחות צייט קובר זיין איך וויל נישט מער עובר זיין 'אויף די גמרא ברכות ו' עמוד ב כל כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו משמח זיין איז נישט ביכולת עובר בחמשה קולות כל כל הנהנה מסעודת חתן ומשמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה מיין ליבער יוד הער אויס שיין נאר אויף שמחות זאלסטו גיין אפילו האסט קיין איין חוש נישט דיינע טרערן וויש נישט איך האב פאר דיר אַן עצה א זיסע שטעל דיך אפּ לעבן די מוזיק און אויפ'ן פּויקער געב א קוק ווען מען קוקט ווערט זיין חשק גרעסער און ער נעמט זיך פּויקען בעסער ס'איז בדוק ומנוסה שטיי און קוק מיט כוונה בראי' בעלמא קנה ווייל איינער שרייט איינער זינגט איינער טאנצט און איינער שפּרינגט איינער אויף דעם מוזיק באטראכט ער מיט בדחנות איינער דערפרייט איינער שפּילט אויף זיין טרומפייט ובלבד שלבו יכוין און מען טוט די שמחה פּראווען און די חתן כלה פרייליך מאכט ער שפּיל נאר אויף דיין פידעלע איי איי איי טאנץ נאך א רקידה'לע איי איי איי וועסטו זוכה זיין יודעלע צו די הבטחות פון די הייליגע גמרא מיט חתן כלה פריי דיך אזוי אוי אוי אוי נגילה ונשמחה בו אוי אוי אוי ואם ואם משמחו מה מה שכרו כל כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו משמח זיין ער איז נישט ביכולת עובר בחמשה קולות כל כל הנהנה מסעודת חתן ומשמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה מצהלות חתנים מחופּתן באלד קומט שוין אָן דער גרויסער חתן מיט'ן שור הבור און לויתן כנסת ישראל כלה קרואה די לויים מיט זייער לידעלעך שטייען שוין מיט די פידעלעך גרייטס אייך גרייטס אייך אידעלעך די גרויסע שמחה איז שוין דא כל כל הנהנה מסעודת חתן אוי משמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה כל כל הנהנה מסעודת חתן אוי משמחו זאגט צו אונזער בורא זוכה זוכה לתורה ! תורה, לשנה הבא