Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Rockefeller lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Yu Di Kenst


שוין וואכן מאנאטן
אזאלכע שווערע צייטן
א שווערע וואלקן פיל מיט דאגות
יעדער קען דעם סוד
אלעס איז באנקראט
פון האבן געלט געווארען א שווייג איז
ער טראכט נאר פון זיין ביזנעס
אריין וויזוי ער איז אין עס
אזויפיל געלטער האב איך געשארט
און יעצט קוים פארדינט ער
אלעס פאלט שוין אונטער
נישט קיין קעש נישט קיין קרעדיט קארד
ער שפּירט ער האלט עס מער נישט אויס
פון זיין אפיס ער גייט ארויס
אנגעזעצט מיט א גרויסן בארג
ער זעצט זיך אוועק אין סענטרעל פּארק
פון זיין ביזנעס ער קלערט
אלעס ליגט טיף אין דער ערד
אזוי ליידיג פון געלט מיין טאש איז
מיט א גרויסע שטוב אזויפיל נפשות
ס'בלאזט אין פּנים א ווינט א קאלטער
קומט צו גיין א גוי אַן אלטער
אנטשולדיג איך פרעג, איך קען אייך נישט
איך זעה איר האט עפּעס א מיטמאכעניש
דער ביזנעסמאן פארציילט אים גלייך
אמאל בין געווען גאר רייך
אבער לעצטנס אלעס איך פארליר
ס'גייט מיר גארנישט וואס איך פּראביר
דער גוי עפנט זיין זעקל
ער געט אים גלייך א טשעקל
נאר איין זאך פונעם סוחר ער בעהט שוין
קום צוריק נאך א יאר
פארצייל מיר קלאר
אויב הצלחה אין די ביזנעס דו זעהסט שוין
די סוחר אפּגעזונדערט
בלייבט שטיין פארוואונדערט
קוקען וויפיל געלט טאקע שנעלער
א האלבע מיליאן
"ווער איז דער פּערזאן"
דער גרעסטער עושר ראקעפעלער
די אויגן פאר שמחה גלייך אויפמאכט'ער
ער בלייבט שטיין קוקן ווי א פארטראכטער
צום גרעסטן עושר פון ניו יארק
האב איך גערעדט פריער אָן קיין זארג
פון שמחה זיין מח רוישט
אזא טשעק וואלט איך נישט געטוישט
באקומען יעצט א כח א פעסטער
צו ווערן נאכאמאל א גרויסער אינוועסטער
געדרייט און געשפּרינגען מיט גרויסע געלטער
זיין שווערע ארבעט נישט אפּשטעלט ער
נאר געטראכט ווי ס'דרייט זיך דאס רעדל
די גרויסע טשעקל ליגט דאך אין לעדל
וואס דארף איך מיך זארגן מער
איך בין דאך באלד א מיליאנער
זיין הצלחה האט אויפגעשיינט
נאך שענער ווי ער האט געפּלאנט
ס'איז דורך זומער ווינטער
דער סוחר יאגט זיך אונטער
דערציילן ראקעפעלער גאר שטארק
מיט שמחה שטראלט ער
דעם זעלבן טשעקל האלט ער
ער זוכט אים אין סענטרעל פּארק
ער טרעפט אים אויף די וועגן
ער קומט אים אקעגן
מיט זיין קינד ער כאפּט א שפּאציר
דער סוחר זאגט אים גלייך
איך בין דיר שולדיג אסאך
וועגן דיר בין איך געווארן א גביר
מיט א פּנים א בלאסע
פארציילט די גאנצע מעשה
דו האסט מיך געהויבן פון מיין שרעק
מיינע צרות פארטריבן
נאר צו זעהן געשריבן
דיין נאמען ראקעפעלער אויפ'ן טשעק
דער קינד הייבט אָן צו לאכן
אזאלכע מאדנע זאכן
שוין נאכאמאל די נארישע קוועלער
מיין טאטע מאכט שפּאס
ער איז שוין לאנג נישט ביים דעת
ער רעדט איין מענטשן ער איז ראקעפעלער
דער סוחר טראגט אפּ גלייך פון שטח
די גאנצע מעשה שוין ער זעהט דאך
נישט ראקעפעלער נישט קיין טשעקל
האט אים געהאלפן אפילו א ברעקל
אבער אלע פאנאטאזיעס
א גוטע באווייז זי איז
קיין דאגות נישט געהאט ניין ניין
ווייל ער האט א טשעקל א גוטן רוקן ביין
יודעלע וועק דיך אויף פון דרימל
מיר האבן א גרויסע טאטן אין הימל
די שטערקסטע אנלאנער יעדע מינוט
אזויפיל חסדים פאר אונז ער טוט
אלע דאגות ווארף אוועק
דו האסט דאך דעם בעסטן טשעק
נאר מיט שמחה טאנץ אזוי
ווייל אין עוד מלבדו
אין עוד מלבדו

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists