Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Gelecherter Amper lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Yu Di Kenst


א וואסער טרעגער גאר אַן אלטער
קוואל וואסער טוט ער שעפּן
די עמערס אויף די פּלייצע האלט ער
אין שטאט עס אריין שלעפן
איין עמער האט אבער א שפּאלט
וואסער טוט ארויס רינען
די אנדערע עמער עס האלט
פול מיט וואסער דערינען
א פּאר יאר טוט ער אזוי טראגן
איין עמער טוט נאר האלב פארמאגן
זיין חבר קומט אָן פול
ווי אים אויך זיין ער וויל
ער קען עס שוין נישט איבערטראגן
איין טאג ער וויינט צום בעל הבית
פארוואס קומט מיר זיך דאס
פאררעכט מיינע שפּאלטן
איך וויל אויך אלעס האלטן
ענטפערט ער אים פארוואס
פון דיין שפּאלטן איך ווייס
דו דארפסט נישט זיין בייז
דארפסט דיך נאר מיט דעם גאר רימען
טוה נאר באמערקן
און זעה דיינע ווערקן
אויף דיין זייט וואקסט שיינע בלומען
יארן איך פלעג
אויף דיין זייט פון וועג
איינזייען קערעלעך
געהאט אינזינען
פון דיר וועט רינען
וועסט עס באוואסערן ערליך
מיט צרות באטראפן
פארליר נישט דיין האפן
אפילו דו טראגסט עס נישט איבער
קוק נאר אויף דיין זייט
פארשטייט מען די פּשט
אז אלץ האט א סיבה
דיינע געוויינען
ווייל דו טוסט מיינען
אז צרות האסטו געליטן
קוק נאר אויף דיין זייט
אלץ האט א פּשט
אלעס איז נאר צום גוטן
גארנישט איז נישט אומזיסט
די שפּאלטענעס האבן דו מוזט
א חשבון א קלארן
האט דיין חסרון
זיי פרייליך די וועג וואס דו ביסט
דיין צער דיין ביטערניש
דעקט שיין דיין שבת טיש
מיט אלע קאלירן
טוסטו עס באצירן
בלומעלעך שיין און פריש
מ'מוטשעט זיך מ'טוט זיך פּלאגן
די מצב זעהט אויס אזוי שווארץ
מ'טוט וויינען און קלאגן
מיט א צובראכענע הארץ
מ'גייט דורך א ביטערען גיהנום
צרות נאר ביי מיר פארהאן איז
פארוואס גייט נאר אזוי גוט ביי יענעם
צום הימל האט מען טענות
מ'איז אינגאנצן פארצער'ט
אויף א ישועה מ'ווארט
אזוי אנגיין טעגליך
איז ממש אוממעגליך
אבער אליין זיך מ'נארט
מ'געט עס אביסעלע צייט
זעהט וואס מ'האט געהאט
ס'איז דא אלע מיני
די גראז איז נישט גרינער
אויף די אנדערע זייט
פון דיין צרות איך ווייס
דו דארפסט נישט זיין בייז
דארפסט דיך נאר מיט דעם גאר רימען
טוה נאר באמערקן
און זעה דיינע ווערקן
אויף דיין זייט וואקסט אויך שיינע בלומען
זיי נישט געפאלן
ווייל די זון שטראלן
אויך אויף דיר עס שיינט
קוק נישט אויף דיין שכן
האב נאר בטחון
אלעס איז גוט אויסגעפּלאנט
מיט צרות באטראפן
פארליר נישט קיין האפן
אפילו די טראגסט עס נישט איבער
קוק נאר אויף דיין זייט
פארשטייט מען די פשט
אז אלץ האט דאך א סיבה
דיינע געוויינען
ווייל דו טוסט מיינען
אז צרות האסטו געליטן
קוק נאר אויף דיין זייט
אלץ האט א פשט
אלעס איז גאר צום גוטן
דו וועסט דיך נאר איבערצייגן
א תפקיד האט יעדער אַן אייגן
וואס דו מיינסט איז חסרונות
איז גאר כשרונות
דו דארפסט נאר פון דעם שטייגן
אפילו דו ביזט עס נישט משיג
דיין לעבן איז נאר פאר דיר פּאסיג
לטובה טוה קלערן
וויש אפּ דיינע טרערן
! אידעל'ע זיי דיך מחזק

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists