Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Zorg Nisht R' Yid lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Yu Di Kenst


אינוועסטעד געלט אין בילדינג בלאקס
דעסטעני טרעוועל גוטע סטאקס
אין דער ערד קען אלעס גיין א פייף
נישט מעגליך זאגן יעדן סארט
עפּל, מייקראסאפט, ענדרויד
שנעל ארויס ציען פון דעם איך דארף
ריעל עסטעיט איך האב געקויפט
דריי קליינע דירות אין א הויף
שוין צוויי חדשים ליידיג נאך שטייט
א ניי געשעפט אין שניצלערס-האב
קונים נאך נישט פיל איך האב
איך מיין איך דארף פארקויפען שנעל דאס קלייט
עקאנעמי, איז זייער זייער שווער
דאס לעבן הייבט מיר אָן קאסטן נאך מער
וואס וועט זיין דא, פרעג איך ווער ווייסט ווער
שוין איבער א וואך פון ווען מיין קעשענע איז לער
אין מיין דמיון איך זעה א גרויסן בער
די גראסערי נישט אויפשרייבען וועט ער
וואס וועט זיין דא פרעג איך ווער ווייסט ווער
שוין איבער וואך פון ווען מיין קעשענע איז לער
געלט פון וואו נעם איך, טאג און נאכט איך קלער
די גראסערי נישט אויפשרייבען וועט ער
די גאלד און זילבער, די דאלער די יורא, גאר נידריג איז אויך יעדע שער
אזוי די נייעס איך הער
זארג זיך נישט זארג זיך נישט ר' איד
גיט א קוק אויף צוריק צעהן יאר וואס עס האט פּאסירט
א קליינטשיגער סטאק
זיך צעוואקסן געשמאק
גאר אומזיסט געזארגט און שפּעקולירט
אביסל געדולד
טוישט דאך גארנישט דעם בילד
גאר אומזיסט גע'דאגה'ט און פארפירט
זארג דיך נישט זארג דיך נישט ר' איד
גיט א קוק אויף צוריק צען יאר וואס עס האט פּאסירט
א קליינטשיגער סטאק
זיך צעוואקסען געשמאק
גאר אומזיסט געזארגט און שפּעקולירט
דאס קורצע געדולד
טוישט דאך גארנישט דעם בילד
גאר אומזיסט גע'דאגה'ט און פארפירט
מען לעבט אין א סאסייעטי
פון נערוון מיט ענקזייעטי
מ'מיינט מען גייט אראפּ פון זין
די גרויסע וועלט געווארן קליין
יעדער האלט מיט אלעס איין
גרויסע גליק קומט נישט ארויס דערפון
וואו שטורעמען גיסט, און וואו איז וויסט
ווער רעדט נאך פון די מידעל איסט
אלעס טוט פיל מיט שרעק אנזייען
דער פּחד אליינס און מורא האבן
וויפיל האט דאס שוין באגראבן
נאר דער ערד קען דאס אויסשרייען
פּרנסה זארג, שידוכים גאר שווער
מחלות ליידער היינט הערט מען מער און מער
וואס וועט זיין דא פרעג איך ווער ווייסט ווער
צו בין איך נעקסט אין ליין, מיט שרעק אזוי פיל מאל איך קלער
מען גייט צום דאקטער, מ'מאכט א גאנצע בער
ער זאגט ס'איז גארנישט, הע, וואס ווייסט ער
וואס וועט זיין דא פרעג איך ווער ווייסט ווער
צי בין איך נעקסט אין ליין
אזוי פיל מאל מיט שרעק איך קלער
מען גייט צום דאקטער, מ'מאכט א גאנצע בער
ער זאגט סאיז גארנישט, אוי, וואס ווייסט ער
די הענט און פיס, די רוקען, די אויגן, די אויערן מיין ווייטאגען אָן קיין אויפהער
ביינאכט קולות איך הער
זארג דיך נישט זארג דיך נישט ר' איד
אמאל זעט אויס ווי דאס ערגסטע האט פּאסירט
אבער פּונקט ווי א סטאק
וואס קען וואקסען געשמאק
כאטש טאג טעגליך אנדערש מען שפּעקולירט
נישט זיין אנגעזעצט
נישט קוקן אויף יעצט
ווייל סוף ווערט אלץ צום גוטן אויסגעפירט
זארג דיך נישט זארג דיך נישט ר' איד
אמאל זעט אויס ווי דאס ערגסטע האט פּאסירט
אבער פּונקט ווי א סטאק
וואס קען וואקסן געשמאק
כאטש טאג טעגליך אנדערש מען שפּעקולירט
נישט זיין אנגעזעצט
נישט קוקן אויף יעצט
ווייל סוף ווערט אלץ צום גוטן אויסגעפירט

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists