איך קוק אויף מיין שכן, ער איז גארנישט ערליך
ער דאווענט און ער כיפּערט
מיט יענעמ'ס עוונות ביזי יערליך
ס'וועט נישט העלפן אפילו יום כּיפּור
מיר בין איך מוחל מיינע עבירות
כ'טרעף אויף דעם אלעם התירות
איך בין פארנומען מיט יענעמ'ס הפקירות
נאר איך מעג זיך פירן בחירות
פארדארבן "אוי וויי" ווי זיי זענען
און פארדעם זיי וועלן ברענען
קוק די עוונות דערקענט מען
מיין חבר'ס קינד, עס כאפּט אַן עקל
דרייט זיך אָן אַ הוט און רעקל
מ'האלט מיט אים נאכאלס ביים דעקל
עס קומט אויף דעם אַ גאַנצער בוך
מאָדערנע, פענסי, שיינע שיך
קאַפּל, הויזן, פּיאות, ער פּוצט זיך
צום דאַווענען ער קומט אָן שפּעט
מיט קורצע אַרבעל אים מ'זעט
די ברילן שיינע, העי וואס טוט זיך
ווילאַנג ס'גייט דיר גוט
פאַרגיס נישט יענעמ'ס בלוט
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מ'קוקט
און דיין קומענדיגע דור קען נאך זיין אפּגערוקט
וויפיל קען מען צאפּן
ס'איז צייט זיך אויפצוכאַפּן
יענעם מער נישט קלאַפּן
נאָר זיך אליין אויסטאַפּן
און אויב צו דעם אלעם ער האט א טאלאנט
ברענט קנאה אין זיין גאנצן שכינות
הע" מאכט אים "נעבעך" אזוי צו שאנד"
(פארשטייט זיך נאר הייליג איך מיין עס (יא יא
ווער רעדט נאך פון ישיבות, ס'איז גארנישט קיין נייעס
זיי זוכן נאר דעם רבי עקיבא
די אנדערע קינדער אויף וועמענס אחריות
זענען שוין נישט אין ישיבה
ארויס געווארפן פון ישיבה
ס'העלפט נישט אויף דעם קיין תשובה
אוי די רשעות נעמט נישט קיין עק
ביי אונז איז דא נאר מצויינים
לאמיר בויען נאך בנינים
דורות פאלן נעבעך אוועק
אין הימל וויינט מען אויף דעם חורבּן
נאך א קינד, נאך א קרבּן
אלעס אין דעם נאמען פון תּורה
נאך א חתימה, נאך אַן אסר
מיט דעם געט מען זיך א כּשׁר
געוואלד! ווי האט איר נישט מורא
ווילאנג ס'גייט דיר גוט
פארגיס נישט יענעמ'ס בלוט
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מ'קוקט
און דיין קומענדיגע דור קען נאך זיין אפּגערוקט
וויפיל קען מען צאפּן
ס'איז צייט זיך אויפצוכאפּן
יענעם מער נישט קלאפּן
נאר זיך אליין אויסטאפּן
יעדער איד איז גוט ווייל
א חלק אלוקי ממעל
פּונקט ווי אייך, א קינד פון איין טאטע'ן
קוק נישט אויף זיין הוט און שיך
ווער ער איז, איז ער פאר זיך
וקבּץ נדחנו פון אלע זייטן
לא ידח ממנו נדח
שעצן יעדן איד מ'מוז דאך
יונגע קינדער פאלן ווי פליגן
מיר האבן שוין גענוג פארטריבן
ראטעוועט וואס איז געבליבן
אפשר אזוי איבערצוקליגן
הער אויף טראגן יענעמס פּעקל
קוק אריין אין אייגן זעקל
און אזוי אפּמעקן דעם נעכטן
מיט ליבשאפט יענעם צו דערקוויקן
יעדן נאר ארויפצוקוקן
לאמיר זיך נעמען פאררעכטן
ווילאנג ס'גייט דיר גוט
פארגיס נישט יענעמס בלוט
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מ'קוקט
און דיין קומענדיגע דור קען נאך זיין אפּגערוקט
וויפיל קען מען צאפּן
ס'איז צייט זיך אויפצוכאפּן
יענעם מער נישט קלאפּן
נאר זיך אליין אויסטאפּן
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist