מענדל דער שיסטער אסאך פון אונז געניסט ער
פון איינעם א גראשן, א רענדל, א פיאסטער
פון דערפערלעך און שטעט
פון די בעסטע קוואליטעט
און שיך פאר גרויסע און קליינע ווייזט ער
א קינד צוויי יאר אלט
קוים ער גייט און פאלט
העלפן גיין אוודאי איך וועל
צום חדר אלע טעג
געטראגען דעם לאנגען וועג
מיט די צוויי קליינע שיכ'עלעך
א בחור צי די ישיבה מיט די גמרא אין די האנט
אויף די שמאלע געסאלעך געגאנגען נאכאנאנד
דער טאטע צום מארק
אויף דיר זיך געהאלטן שטארק
אויפ'ן גארטן און פעלד און אויף יעדן שווערן בארג
געוואנדערט צום רבי'ן
דעם וועג דעם לאנגען
מיט אונז געטאנצן מיט געזאנגען
מיט אפגעריבינע זוילן
געגאנגען צום רבי'ן פועל'ן
פון אלעם גוטען פון אלעם וואוילן
מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות
מיר זענען שיך פון אייניקלעך און זיידעס
פון פראג, פאריז און אמסטערדאם
און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאף פון לעדער
און נישט פון בלוט און פלייש דערפאר האט יעדער
געמיטן דעם גיהנום פלאם

אין יעדן שווערן ווינקל די וועגן אזוי טינקל
האבן מיר געוואנדערט צוזאם
מיט שיך מיט שטיוועלע פארטריבן פון ישיבה'לע
עס איז אונז פארבליבן דעם ביטערן טעם
געגאנגען לאנגע שטרעקעס
אן א סוף די שרעק איז
אין געטאוי האט מען אונז אריין געזעצט
אין באראקן גענעכטיגט
אלע זענען פארדעכטיגט
ווער ווייסט אויב מיר האבן זיך שוין דא געזעהן צום לעצט
געווארט אין די רייע גאנצעטע מחנות
געוויזן מיט זיין שטעקן די ביטערע זאכענעס
נאך א וועג א קליינעם
וועלן מיר גיין אינאיינעם
ווילאנג נאך נישט באוואוסט פאר קיינעם
זייער זייער שווער
איז געווען די מינוט
ווען מען האט מיך אראפ געריסן פון דיינע טריט
אין מוזיעם מיר פארשיקט
אויף מיר יעדער שטייט און קוקט
טויזענטער שיך אין א בערגל צוזאמען געדריקט
מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות
מיר זענען שיך פון אייניקלעך און זיידעס
פון פראג פאריז פון אמסטערדאם
און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאף פון לעדער
און נישט פון בלוט און פלייש דערפאר האט יעדער
געמיטן דעם גיהנום פלאם
מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות
מיר זענען שיך פון אייניקלעך און זיידעס
פון פראג פאריז פון אמסטערדאם
און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאף פון לעדער
און נישט פון בלוט און פלייש דערפאר האט יעדער
געמיטן דעם גיהנום פלאם
און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאף פון לעדער
און נישט פון בלוט און פלייש דערפאר האט יעדער
געמיטן דעם גיהנום פלאם
דעם גיהנום פלאם
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist