Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Chasideshe Fish lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Birchas Habonim


ערב שבת בראשית
פיינע פיש אין פלייש איז
אנגעגרייט אין הייליג געצעלט
ביים צדיק דעם אנפירער
ר' יחזקאל'ע קאזמירער
עס קומט דאך שבת אויף דער וועלט
א מתנה פאר'ן מנהיג
לשמוח בו בתענוג
אלע ברענגען אלע געבן
איינער ברענגט א זעקעלע
איינער מיט זיין בעקעלע
א מתנה פאר'ן רבי'ן
משמח זיין לכבוד שבת
משבח זיין לכבוד שבת
מיט א הינדעל מיט א ציגעלע
מיט א קינדעל מיט א קוגעלע
ר' זונדל מיט זיין קריגעלע
יעדער איינער גרייט זיך גוט שבת
יעדער איינער פריידט זיך גוט שבת
באו בשלום עטרת בעלה
פריילעך זענען דאך אלע
בואי כלה בואי כלה
לקראת שבת לכו לכו ונלכה
כי היא כי היא מקור הברכה
כי היא כי היא מקור הברכה
לקראת שבת לכו לכו ונלכה
כי היא כי היא מקור הברכה
כי היא כי היא מקור הברכה
נישט קיין אינגערמאן'טשל
דער אלטער ר' אנשיל
א הויכער מיט א שיך אן ענגען
אוי המביא דורון
ארעם אין פארלוירן
וואס קען איך שוין דעם רבי'ן ברענגען
עפעס א גוט מאכל
ער לויפט שנעל צום טייכעל
געכאפט האט ער א גרויסע פיש
פון מחרוזת דגים
צום רבי'ן גלייך איך טראג אים
א לאנגער וועג ווי האלט מען דאס פריש
א געדאנק גאר פאלט אים
דעם פיש אין וואסער האלטן
מיט מיין גארטעל בינדן לאז מיר
שלעפן וועל איך דארטן
דעם גאנצן וועג ביים בארטן
ארויס נעמען ערשט אין קאזמיר
ווינטען מיט כוואליעס
ביטער ווי א גאל איז
אנשיל איז אינגאנצן א נאסער
דער גארטעל איבעררייס זיך
דער פיש שוין נישט בווייזט זיך
פארשוואונדן ווי א פיש אין וואסער
אוי געוואלט לכבוד שבת
א טרער גייט לכבוד שבת
ער טוט קלאגען
קרעכצן ברומען
פארן רבי'ן טראגן
עפעס מוז מען
וואס וועל איך זאגען
מיט וואס וועל איך קומען אוי
יעדער איינער גרייט זיך מיט שבת
יעדער איינער פריידט זיך מיט שבת
באו בשלום עטרת בעלה
פריילעך זענען דאך אלע
בואי כלה בואי כלה
לקראת שבת לכו לכו ונלכה
כי היא כי היא מקור הברכה
כי היא כי היא מקור הברכה
לקראת שבת לכו לכו ונלכה
כי היא כי היא מקור הברכה
כי היא כי היא מקור הברכה
אין שטוב א גרויסען טרעסקעלע
דער צדיק ר'יחזקאל'ע
געבויגן מיט דביקות ביים טישעל
מיט אסאך מענטשן נאך ארום
פלוצלינג קומען סוחרים
מיט א גרויסען מאדנעם פישל
רבי טרעפן טוען מיר
א פיש מיטן גארטעל ארום איר
ארויס געשפרינגן פונם טייכל
די חסידים קוקען מיט ווינדער
א גארטעל ווער איז דער בינדער
דעם רבי'ן קאסט דאס גאר א שמייכל
עס ווער שפעט דער פרייטאג
ביי א טיר'ל זייטי'ג
ר' אנשיל בעט ביים גבאי'ן ידידי'ן
אריין צום רבי'ן הויז
מיט געוויין ברעכט ער אויס
לייגט אראפ דעם קוויטעל דעם פדיון
ער פארציילט די גאנצע מעשה
וואס האט זיך אפגעשפילט ביים וואסער
דער רבי שמייכעלט ברוך הבא
שוין לאנג דא אין מיין קווארטאל
דיין פדיון מיט דיין גארטעל
עס ווארט שוין אויף דיר דא אפאר שעה
ווייל וואס א איד גרייט זיך צום שבת
די שכינה היט און פריידט זיך מיט שבת
מי שטרח מיט זיין כח'ל
זיכער אז בשבת יאכל
ווייל ביז צום הימל גייט א רויעך'ל אוי
ליום שכולו שבת שבת
זיך גרייטן מיט התלהבות שבת
בואי בשלום עטרת בעלה
די שכינה הקדושה מיט אונז אלע
בואי כלה בואי כלה
כי היא כי היא מקור הברכה
כי היא כי היא מקור הברכה

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists