Kishore Kumar Hits

Michoel Schnitzler - Birchas Habunim lyrics

Artist: Michoel Schnitzler

album: Birchas Habonim


אין א קליין געסעלע זייטיג
אין א קאלטן קורצן פרייטאג
שפּאצירט אין לאס אנדזשעלעס א איד ר' צבי גלאנצשטיין
געקומען זיך טרעפן מיט נאך פּראפעסארן
אין א פרעמדע שטאט פארכאפּט געווארן
שוין באלד שבת, געוואלד ווי קען מען איינשטיין
אין שול אין זיין נאנטן שכינות
נאכן דאווענען געבליבן דארט אליין איז
די זייגערל גייט זיין וועג אלס שפּעטער ער ווייזט
פּלוצלינג קומט א אידעלע צו צו אים'ן
שלום עליכם, ביי וועם עסט איר ביי וועמען
קום נאר מיט מיר איר וועט זיין מיין שבת גאסט
ווער זענט איר, פרעגט אים ווען מיט אים וואקט ער
צבי גלאנצשטיין, א מוח דאקטאר
געקומען פון ניו יארק זיך טרעפן מיט נאך דאקטוירים אזעלכע
זאגט אים דער איד, איך האב קע"ה קינדער אכט
איין נישט געזונט, פאר קיין שום איד געדאכט
ס'איז שווער צו דערקענען, לאמיר זען אויב איר וועט יא דערקענען וועלכע
שבת שלום ומבורך
זינגט דער טאטע מיט די קינדערלעך מיטן אורח
בואכם לשלום מלאכי השלום
אוי אוי אוי מלאכי השרת
דער אורח קוקט ער דערקענט נישט, עס איז אים א חידוש
דער טאטע גיסט שוין אן דעם כוס מ'גרייט זיך צו קידוש
די קינדערלעך די געטרייע שטעלן זיך אין א רייע
דער טאטע בענטשט יעדעס קינד מיט א טרער גאר הייס
ישימך אלוקים כאפרים
בייג אראפּ דיין קעפעלע, מיין קינד שמואל חיים
דער באשעפער פון דער הויך וואס גיבט געזונט און כוח
זאל דיר בענטשן מיט א ווארימע ברכה'לע
ישמך אלוקים כמנשה
קום נאר מיין שלמה'לע, מיין יוסעלע, און דו אויך שרה דבאשע
דער באשעפער זאל ענק היטן און בענטשן מיט אלעם גוטן
יעצט קום נאר אהער מיין אינגסטע קינד, רחל'ע
ישמך אלקים
מיין טייער ליב קינד
כשרה כרבקה כרחל ולאה
דער באשעפער זאל דיר געבן
געזונט און לעבן
איך זאל דיך אויך קענען אונטער די חופּה פירן
ישימך אלוקים
מיין טייער ליב קינד
כשרה כרבקה כרחל ולאה
דער באשעפער זאל אפּשפּארן
פאר דיר געזונטע יארן
די טאטע שטייט געבויגן, א שטילקייט טוט מען שפּירן
דער אורח גייט צו שטייט
און רופט דעם בעל אכסניה אין א זייט
רחל'ע, דיין רחל'ע, איך ווייס שוין זי איז דאס דער
ווען איר האט זיך צו די קינדער געבויגן
האב איך באטראכט דיינע אויגן
ביי רחל'ען האב איך געזען אן עקסטערן טרער
מה נאמר לפניך יושב מרום
שוין אזוי לאנג דרייען מיר זיך דא ארום
מה נספר לפניך שוכן שחקים
אינעם קורצן פרייטאג צובראכן יעדעס גוף און לייב איז
מיר ווארטן שוין אויף דעם ליום שכולו שבת
דיינע קינדערלעך וואלגערן זיך פון איין צום אנדערן מקום
קל מלך רופא נאמן
אזויפיל קינדערלעך האסטו מיט פּראבלעמען
דו דארפסט שוין נישט דערקענען, דו ווייסט'עך אלעס אליין שוין
וועלכעס קינד ס'גייט אזוי שווער
פאר וועמען מ'דארף אן עקסטערן טרער
בענטש דיינע קינדערלעך, ובכן יהי רצון
ישימך אלוקים כאפרים
די קליינע יתומים'לעך, קוק דיך שוין אויף זיי אים
טאטע ז"ל זאגן ער קען שוין
וועלכע טאטע וועט אים נאך בענטשן
טאטע אין הימל, בענטש זיי דו דאס מאל
ישימך אלוקים כמנשה
ווען קומט מאמי אהיים פון שפיטאל, ענטפער דו די קשיא
ווייל נאר דו קענסט היילן
און רפואות פאר זיי טיילן
רופא חולה עמו ישראל
ישמיך אלוקים
בענטש יעדן אידיש קינד
כשרה כרבקה כרחל ולאה
א מאמע מיט א טרער טוט שטרעבן
איר קינד זאל עס אדורך לעבן
לאלתר לחיים ולשלום פארשרייב אים
ישימך אלוקים
מיר זאלן זיך טרעפן אין ירשלים
מיט שרה, מיט רבקה, און רחל ולאה
דער בעשעפער זאל אונז געבן
אונז זאל מיר שוין דערלעבן
צו זינגען מזמור שיר ליום השבת
צו זינגען מזמור שיר ליום השבת

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists