דערצייל מיר אַלטער
דערצייל מיר געשווינד
ווַייל איך וויל וויסן
אַלעס אַצינד
ווי זיעט אויס דאָס שטיבל'ה
וואָס האָט אַמאָל געגלאַנצט
צו בליט נאָך דאָס ביימעלע
וואָס איך האָב פַארפלאַנצט?
דאָס שטיבל איז אַלט
פאַרוואַקסן מיט מאָך און גראָז
דער אַלטער דאַך צופאַלט
די פענצטער, אן אַ גלאָז
דער גאַניק, איז קרום
צעבויגן די ווענט
דו וולס'ט דאס שוין מער
גאָרניט דערקענט
דער גאַניק, איז קרום
צעבויגן די ווענט
דו וולס'ט דאס שוין מער
גאָרניט דערקענט
אוי, אוי, אוי מייַן שטעטעלע בעלז
מייַן היימעלע, דאָרט ווו איך האָב מייַנע קינדערשע יאָרן פאַרבראַכט
ביסט דו געווען אַ מאָל אין, בעלז
מייַן שטעטעלע בעלז
אין אורמער שטיבעלע מיט אַלע קינדערלאַך דאָרט געלאַכטיעדן
שבת פלעג איך לויפן
מיט אַלע יינגעלעך
גלייךזיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע
וואַרפן שטיינדאַלאַך אין טייַך
בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז
מייַן היימעלע, דאָרט ווו איך האָב מייַנע קינדערשע יאָרן פאַרבראַכט
ביסט דו געווען אַ מאָל אין, בעלז
מייַן שטעטעלע בעלז
מייַן שטעטעלע וווּ כהאָב געהאַט מייַנע שיינע חלומות אַ סךיעדן
שבת פלעג איך לויפן
מיט אַלע יינגעלעך גלייךזיצן אונטער דעם גרינעם ביימעלע
וואַרפן שטיינדאַלאַך אין טייַך
בעלז, מייַן שטעטעלע בעלז
מייַן היימעלע, דאָרט ווו איך האָב מייַנע קינדערשע יאָרן פאַרבראַכט
ביסט דו געווען אַ מאָל אין, בעלז
מייַן שטעטעלע בעלז
מייַן היימעלע, דאָרט ווו איך האָב מייַנע קינדערשע יאָרן
פאַרבראַכט
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist