איך הער זיך איין שטיל פארפרוירן
איך קוק אריין אין איהרע קליינע אויגן
אין מיין טאכטער'ס הארץ איז די גאנצע וועלט בשלום
אין מיין טאכטער'ס הארץ קען מען נישט קיין שלעכטס אויסמאלן
איר בלויע אויגן ס'קוקט אומשולדיג
ווי א רעגנבויגן רוהיג געדולדיג
אין מיין טאכטער'ס שפראך איז נישט דא קיין זאך ווי בעסער
זענען אלע גלייך נישטא קיין מענטש וואס ער איז גרעסער
איך האף און בעט סיי וואס ס'געשעט
זאל עס אייביג זיין וואס זי זעהט
און מיין קינד ווען דו טרעפסט שווערע וועגן
גיי עס אריבער
איך האף און בעט סיי וואס ס'געשעט
זאל עס אייביג זיין וואס זי זעהט
און מיין קינד ווען דו ווילסט שוין אויפגעבן
טראכט עס איבער
איך הער זיך איין שטיל פארפרוירן
ס'ווערט צוגעמאכט איהרע קליינע אויגן
אין מיין טאכטער'ס הארץ איז נישט דא קיין ספק קיין שאלות
אויב ס'וועט ווערן שווארץ וועל איך איר ראטעווען פון אלעס
איך בין איר גיבור כ'בין איר העלד
איך האב איר אויפגעצויגן
ווען כ'בין שוואכער ווי די וועלט
קוק איך אריין אין איהר אויגן
דארטן זיצט עלנד און איינזאם
דער העלד פון מיין טאכטער דער מענטש וואס איך וויל זיין
דארט זיצן מיר ביידע צוזאם
דער העלד פון מיין טאכטער דער מענטש וואס איך קען זיין
פאר א רגע גלייב איך איהר
איך האף און בעט סיי וואס ס'געשעט
זאל עס אייביג זיין וואס זי זעהט
און מיין קינד ווען דו טרעפסט שווערע וועגן
גיי עס אריבער
איך האף און בעט סיי וואס ס'געשעט
זאל עס קיינמאל נישט זיין צי שפעט
און מיין קינד ווען דו ווילסט שוין אויפגעבן
טראכט עס איבער
ס'ווערט צוגעמאכט, איהרע קליינע אויגן
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist