Kishore Kumar Hits

Mendy Twerski - Mein Nisht lyrics

Artist: Mendy Twerski

album: Mein Nisht (Instrumental)


משה רבינו דארט ביי יתרו שאף ער פאשעט
זיין אחריות אן אים גארנישט ווערטנישט
א שעפעלע אנטלויפט פרובירט ער אלעס אויך ער סטראשעט
ער שרייט און וויינט אבער אים ער הערט נישט
ער לויפט אים נאך דער שלעכטער ווער ווייסט וואס גייט דער יעצט טוהן
זיכער צו אנטלויפן דארט
פלאנירט ער
קומט ער דארטן אן פארשטייט ער וואס ער לויפט אהין
שטייט ער דארט פארטראכט און א שאקירטער
ער מיינט בכלל נישט קיין שלעכטס
ווייל דארט אביסל צו רעכטס
טרעפט זיך דארט א קליינטשיגע ברינעם
גלייך ווערן אין כעס ער
ווען ער דארשט נאך אביסעלע וואסער
דער גאנצע רעגעניש איז נאר בחינם
אנטלאפן פון סטאדע
געמיינט האט ער אוודאי
צו אנטלויפן זיכער דעס פארשטייטער
דער האלדז זיך נאר אפקילט זיך
אזוי שלעכט משה פילט זיך
און מיט א שטילען קול שטייט צו אים צוגייטער
אונז לעבן דא מיט מענטשן אלע מינים אלע סארט
סאיז אונזער נאטור זיי נאכצוקוקן
אמאל די זעהסט א זאך וואס דו פארשטייסט נישט אויפן ארט
ס'הערט נישט אויף צו שטעכן און צו דריקן
וואס הייסט ער טוט אזאנס וואס קען זיין די סיבה דערין
ווי ווייט קען איין מענטשן אזוי אפפארן
אבער ווי די לייגסט דיך אריין און דער נושא טוף דערין
האלט דער עפיזאד אין דיין זיכרון
פונקט ווי דער צדיק הדור
געמיינט האט ער נאר
אז ער וויל אנטלויפן ער'ז מציע
סהאט זיך אבער ארויסגעוויזן
אז נישט אייביג שלעכט זיין מיזן
אל תדין חברך עד שתגיע
דיין חבר אפ'פסק'ן נישט
ווייל א מיספארשטענדעניש
קען דאך זיין דער מענטש איז גאר א פיינער
פון ווי נעמסטו די רעכטן
צו פסקן גוט צו שלעכטן
נעם דיך דאס גוט און די ביינער

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists