Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - Oifen Veg lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: The Singing Klezmer


אויפֿן וועג שטייט אַ בוים, שטייט ער אייַנגבויגן
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים זענען זיך צעפֿלויגן
דרייַ קיין מזרח, דרייַ קיין מערב, און דער רעשט קיין דרום,
און דער בוים געלאָזט אַליין הפֿקר פֿאַרן שטורעם
זאָג איך צו דער מאַמע: "הער, זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי באַלד אַ פֿויגל ווערן".
איך וועל זיצן אויפֿן בוים און וועל אים פֿאַרוויגן,
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט, מיט א שיינעם ניגון".
•••
זאָגט די מאַמע: "ליבע, קינד,
און זי וויינט מיט טרערן "קענסט חלילה
אויפֿן בוים מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן".
זאָג איך: "מאַמע,
ס'איז אַ שאָד דייַנע שיינע אויגן" און איידער
וואָס, און איידער ווען, בין איך מיר אַ פֿויגל
וויינט זי מאמע: "איציק קרוין, נעם,
אום גאָטעס ווילן, נעם כאָטש מיט א שאַליקל, זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן
די קאַלאָשן נעם דיר מיט, ס'גייט אַ שאַרפֿער ווינטער
און די קוטשמע טו דיר אָן, וויי איז מיר, און ווינד מיר
און דאָס ווינטער-לייבל נעם, טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט צווישן אַלע טויטע".
כ'הויב די פֿליגל ס'איז מיר שווער, צו פֿיל,
צו פֿיל זאַכן, האָט די מאַמע אָנגעטאָן, דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן
קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן אין דער מאַמעס אויגן
ס'האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט ווערן מיך אַ פֿויגל.
אויפֿן וועג שטייט אַ בוים, שטייט ער אייַנגעבויגן,
אַלע פֿויגלען פֿונעם בוים זענען זיך צעפֿלויגן

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists