Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - קינדר יארן lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: זוהי יידיש


קינדער יארן זיסע קינדער יארן
אייביק בלייבט איר וואך אין מיין זכּרון
ווען איך טראכט פון אייער צייט
ווערט מיר אזוי באנג און לייד
אוי ווי שנעל בין איך שוין אלט געווארן
שטייט מיר נאך דאס שטיבל פאר די אויגן
וואו איך בין געבוירן אויפגעצויגן
אויך מיין וויגל זע איך דארט
שטייט נאך אויף דעם זעלבן ארט
ווי א חלום איז דאס אלץ פארפלויגן
•••
און מיין מאמע אך ווי כ'פלעג זי ליבן
כאטש זי האט אין חדר מיך געטריבן
יעדער קניפ איז פון איר האנט
מיר נאך אזוי גוט באקאנט
כאטש קיין צייכן איז מיר נישט פארבליבן
קינדער יארן יונגע שיינע בלומען
צוריק צו מיר וועט איר שוין מער נישט קומען
פון דער שטוב נישטא קיין פלעק
פייגעלע איז אויך אוועק
אוי ווי שנעל בין איך שוין אלט געווארן
פון דער שטוב נישטא קיין פלעק
פייגעלע איז אויך אוועק
אוי ווי שנעל בין איך שוין אלט געווארן

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists