Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - א יידישע מאמא lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: זוהי יידיש


•••
איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן
זאגט מיר ווער עס קען
מיט וועלכע טייערע פארמעגנס
בענטשט גאט אלעמען
מען קויפט דאס ניט פאר קיינע געלט
דאס גיט מען נאר אומזיסט
און דאך אז מען פארלירט דאס אוי!
וויפל טרערן מען פארגיסט
א צווייטע גיט מען קיינעם נישט
עס העלפט ניט קיין געוויין
ווער עס האט פארלוירן
דער ווייסט שוין וואס איך מיין
מיין אידישע מאמע
נישטא קיין בעסער אויף דער וועלט
מיין אידישע מאמע
אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט
ווי שיין און ליכטיג איז אין הויז
ווען די מאמע איז דא
ווי טרויעריג פינסטער ווערט ווען גאט נעמט איר אויף עולם הבא
אין וואסער אין פייער
וואלט זי געלאפן פאר איר קינד
נישט האלטן איר טייער
דאס איז געוויס די גרעסטע זינד
אוי ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט
אזא שיינע מתנה געשענקט פון גאט
נאר אן אלטיטשקע אידישע מאמע
מאמע מיין
ווער איז אייך ביי דער וויגעלע
געזעצן טאג און נאכט
ווער האט ביי אייער קראנקן בעט
קיין אויג ניט צוגעמאכט
ווער האט פאר אייך געקאכט געבאקט
געארבעט און געשקלאפט
און ווער האט פאר איר אוועקגעלייגט איר לעצטן קראפט
ביי וועמען זיינט איר אלע טייער
אלע פיין און גוט
ווער וואלט פאר אייך געגעבן
איר לעצטן טראפן בלוט
מיין אידישע מאמע
נישטא קיין בעסער אויף דער וועלט
מיין אידישע מאמע
אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט
ווי שיין און ליכטיג איז אין הויז
ווען די מאמע איז דא
ווי טרויעריג פינסטער ווערט ווען גאט נעמט איר אויף עולם הבא
אין וואסער אין פייער
וואלט זי געלאפן פאר איר קינד
נישט האלטן איר טייער
דאס איז געוויס די גרעסטע זינד
אוי ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט
אזא שיינע מתנה געשענקט פון גאט
נאר אן אלטיטשקע אידישע מאמע
מאמע מיין

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists