Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - דאס געגאנג פון מיין הארץ lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: זוהי יידיש


כ'האב לידער פיל געזינגען
געמאכט סוקסעס מיט זיי
זיי האבן שיין געקלינגען
נאר באלד פארגעסט מען זיי
לידער און ראמאנסן
געזינגען אן א שיעור
נאר די בעסטע שוואנסן
ווייסט איר עס האט ביי מיר...
דאס געזאנג פון מיין הארץ
פון מיין נשמה
דאס געזאנג פון מיין הארץ
ברענגט מיר פרייד אן א שיעור
דאס געזאנג פון מיין הארץ
איי פאר יעדער איז פיין
מיט דעם געזאנג פון מיין הארץ
קען מען גליקליך נאר זיין
איך פאר שוין לאנגע יארן
די גאנצע וועלט געזעהן
געזינגען האב איך לידער
אין שפראכן וואונדער שעהן
ענגליש און פראנצויזיש
אין לאנדאן צו פאריז
נאר ווען איך זינג אויף אידיש
פיל איך אז דאס איז...
דאס געזאנג פון מיין הארץ
פון מיין נשמה
דאס געזאנג פון מיין הארץ
ברענגט מיר פרייד אן א שיעור
דאס געזאנג פון מיין הארץ
איי פאר יעדער איז פיין
מיט דעם געזאנג פון מיין הארץ
קען מען גליקליך נאר זיין
דאס געזאנג פון מיין הארץ...
פון מיין נשמה
דאס געזאנג פון מיין הארץ
ברענגט מיר פרייד אן א שיעור...
דאס געזאנג פון מיין הארץ
איי פאר יעדער איז פיין
מיט דעם געזאנג פון מיין הארץ
קען מען גליקליך נאר זיין!

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists