Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - דעם זיידענס חלום lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: זוהי יידיש


מיין זיידע עליו השלום
איז געקומען מיר אין חלום
האב איך העם גיפרעגט, זיידעניו
וואס טוט זיך אויף יענע וועלט
צו איז מען דאר צופרידן
וואס מען טוט צו אונז אידן
און הערט זיך נאר צו, וואס מיין זיידעניו האט מיר דערציילט
העס לויפן שליחים
צדיקים מלאכים
עולים ויורדים ארויף און אראפ
ס'איז א רעש און א געטומל
אויבן אין הימל
און מען בעט, ריבונו של עולם
זאל שוין נעמען א סוף
און משה רבינו בעט:
אבינו מלכינו, אבינו
אבינו אבינו מלכינו, אבינו מלכינו
אבינו מלכינו, אונזער פאטער און קעניג
האט דאס אידישע פאלק, דאן געלוטן ווייניג
אוי, אבינו מלכינו
שמע קולינו, חוס ורחם, ורחם עלינו,
וידבר ה' אל משה, און גאט רעדט צו משה
וואס ניצט דיין בעטן, וואס טויגט דיינע טעיינען
האב דו האסט פארגעסן, וועל איך דיך דערמאנען
האב איך נישט געווראנט כל ישראל חברים
לא יהיה לכם אלוהים אחרים
איר זאלט נישט דינען צו פרעמדע געטער
ווייל איר וועט זיין אויף צרות, און איר וועט נישט האבן קיין רעטער
ריבונו של עולם, ריבונו של עולם...
אמת אמת, אז דו ביסט גירעכט
דיינע קינדער, דיינע קינדער,
גיווארן זענען שלעכט
האבער דו ביסט דאך אונזער טאטע, און מיר דיינע קינדער
בייווייזשע' דו אונז נאך אמאל, דיינע גרויסע ווינדער
ווייל דו האסט אלץ טאטעניו אויך דיינע פליכטן
נישט לאזן דיינע קינדערלאך קיינמאל פארניכטן
בעת איך האב ארויס געפירט די אידן פון מצרים
שטראפן זענען זיי גיווען
און וואס איך האב זיי צו גיזאגט, בין איך דען נישט מקיים
משה פרעג איך דיר אליין
ה' אלוקיכם, איך בין אייער גאט
טו זאלן זיי נאר פאלגן, מיינע צען גיבאט
וועל איך זיך דערבארעמען, אויף יעדן אידיש קינד
כרחם אב על בנים, און פארגעבן זיי די זינד

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists