Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - A Yidishe Mame lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: This Is Yiddish


"איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן
זאגט מיר ווער עס קען,
מיט וועלכע טייערע פארמעגונגס
בענשט גאט אלעמען?
מען קויפט עס ניט פאר קיין געלט
דאס גיט מען נאר אומזיסט,
און דאך אז מען פארלירט דאס,
וויפל טרערן מען פארגיסט!
א צווייטע גיט מען קיינעס ניט,
עס העלפט ניט קיין געוויין:
אוי, ווער עס האט פארלוירן,
דער ווייס שוין וואס איך מיין.
א יידישע מאמע,
עס איז ניט בעסער איך דער וועלט
א יידישע מאמע,
אוי וויי ווי ביטערווען זי פעלט.
ווי שיין און ליכטיק איז אין הויז
ווען די מאמע איז דא:
ווי טרויעריק-פינצטער ווארטווען גאט
נעמט איר אויף עולם הבא.
אין וואסער, אין פייער
וואלט זי געלאפן פאר איר קינד:
ניט האלטן איר טייער,
דאס איז געוויס די גרעסטע זינד.
אוי, ווי גליקלעך און רייך איז דער מענטש וואס האט
אזא שיינע מתנה געשענקט פון גאט
נאר א אלטיטשקע יידישע מאמע, מאמע מיין!
ווער איז אייך ביי דער וויגעלע געזעסן
טאג און נאכט?
און ווער האט ביי אייער קראנקן בעט
קיין אויג ניט צוגעמאכט?
ווער האט פאר אייך געקאכט, געבאקט,
געארבעט און געשקלאפט.
און ווער וואלט פאר איר קינד
אוועקגעלייגט איר לעצטע קראפט?
ביי וועמען זייט איר אלע טייער,
אלע פיין און גוט?
ווער וואלט פאר אייך געגעבן
איר לעצטן טראפן בלוט?
א יידישע מאמע

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists