Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - Zeide lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: This Is Yiddish


מיין זיידע האט געלעבט אינדערהיים מיט אונז
ער פלעגט מיר אפט אויך נעמען אויף די קני
דערציילט מיר פון זיין אלטער היים אין פוילן
א לעבן לאנג געליטן פיין און מי
דערציילט ווי די סאלדאטן פלעגן שלאגן
און רייסן די קאפאטעס פונעם לייב
דערציילט אויך פון דער אלטער שול וואס האט געברענגט
געוויינט עס האבן קינדער מאן און ווייב
דער... זיידע האט דערציילט
זיין ניגון האט באגלייט
דער קידוש יעדער פרייטאג אויפדערנאכט
דער זיידע אוי דער זיידע ווער האט נאך ווי ער
פאר אונז דאס ביסל אידישקייט געבראכט
ווער האט ווי ער באגייסטערט אונז מיט תורה
דערקלערט אויך מיט געדולד פון יענער צייט
ווי קנעכט געווען מיר זענען אין מצרים
און משה האט פון קנעכטשאפט אונז באפרייט...
ווינטער פארגייט
זומער קומט און שיינט
איך פאר פארברענגען די פרייע צייט
איך קום אהיים. דער זיידע איז שוין מער נישט דא
כ'האב דעמאלטס נישט פארשטאנען דעם
באציין.
אוועק די צייט אזוי ווי נישט געוועזן
איך ווייס נישט וויאזוי איז דאס געשעהן
מיט אידישקייט איז דאס לעבן מיר געוועזן זיס
אן אידישקייט איז אלס מיר אזוי מיאוס
דער... זיידע האט דערציילט
זיין ניגון האט באגלייט
דער קידוש יעדער פרייטאג אויפדערנאכט
דער זיידע אוי דער זיידע ווער האט נאך ווי ער
פאר אונז דאס ביסל אידישקייט געבראכט
ס'פארגאנגען ווינטער טעג
און זומער'ס שיינען
איך זיץ מיט מיינע קינדער טראכט ביי זיך
ווער וועט זיין די זיידע'ס פון מיינע קינדער
ווער וועט זיין די זיידע'ס אויב נישט איך?
ווער וועלן זיין די זיידע'ס פון אונזערע קינדער
ווער וועלן זיין די זיידע'ס אויב נישט מיר?
דער... זיידע האט דערציילט
זיין ניגון האט באגלייט
דער קידוש יעדער פרייטאג אויפדערנאכט
דער זיידע אוי דער זיידע ווער האט נאך ווי ער
פאר אונז דאס ביסל אידישקייט געבראכט
דער זיידע אוי דער זיידע ווער האט נאך ווי ער
פאר אונז דאס ביסל אידישקייט געבראכט

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists