Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - A BRieve der Mame lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: This Is Yiddish


מייַן קינד, מייַן טרייסט, דו פֿאָרסט אַוועק,
זע, זייַ אַ זון אַ גוטער,
דיך בעט מיט טרערן און מיט שרעק
דייַן טרייַע ליבע מוטער.
דו פֿאָרסט, מייַן קינד, מייַן איינציק קינד,
אַריבער ווייַטע ימען.
אַך קום אַהין נאָר פֿריש געזונט,
און ניט פֿאַרגעס דייַן מאַמען!
יאָ, פֿאָר געזונט און קום מיט גליק,
זע, יעדע וואָך אַ בריוול שיק —
דייַן מאַמעס האַרץ, מייַן קינד, דערקוויק.
אַ בריוועלע דער מאַמען
זאָלסטו ניט פֿאַרזאַמען,
שרייַב געשווינד, ליבעס קינד,
שענק איר די נחמה.
די מאַמע וועט דייַן בריוועלע לעזן
און זי וועט גענעזן,
היילסט איר שמערץ, איר ביטער האַרץ,
דערקוויקסט איר די נשמה!
דאָס אַכטע יאָר, איך בין אַליין,
דאָס קינד איז ווייַט פֿאַרשוווּמען.
דאָס קינדערש האַרץ איז האַרט ווי אַ שטיין,
קיין איינציק בריוו באַקומען.
ווי קען מייַן קינד נאָך האָבן מוט?
ווי גייט אים אייַן דאָס לעבן?
עס מוז אים גיין דאָרט זייער גוט
הלוואַי! זאָל גאָט אים געבן.
כ'האָב אים געשיקט אַ הונדערט בריוו,
און ער האָט נאָך קיין שום באַגריף,
אַז מייַנע שמערצן זענען זייער טיף.
אַ בריוועלע דער מאַמען
זאָלסטו ניט פֿאַרזאַמען,
שרייַב געשווינד, ליבעס קינד,
שענק איר די נחמה.
די מאַמע וועט דייַן בריוועלע לעזן
און זי וועט גענעזן,
היילסט איר שמערץ, איר ביטער האַרץ,
דערקוויקסט איר די נשמה!
אין שטאָט ניו יאָרק, אַ רייַך הויז,
מיט הערצער, אָן רחמנות,
דאָרט וווינט איר זון — ער לעבט גאָר גרויס
מיט געטליכע מתּנות,
אַ שיינע פֿרוי, און קינדער צוויי,
מיט ליכטיקע געשטאַלטן,
און ווי ער זיצט און קוועלט פֿון זיי,
האָט ער אַ בריוו דערהאַלטן.
דייַן מוטער איז טויט — עס איז געשען,
אין לעבן האָסטו איר פֿאַרזען,
דאָס איז איר לעצטער וווּנטש געווען:
אַ קדישל דער מאַמען,
זאָלסטו ניט פֿאַרזאַמען,
זאָג געשווינד ליבעס קינד.
שענק איר די נחמה,
די מאַמע וועט איר קדישל הערן,
אין איר קבֿר גערן,
היילסט איר שמערץ, איר ביטער האַרץ
דערקוויקסט איר די נשמה.

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists