אַ קאַלטע נאַכט, אַ נעפּלדיקע,
פֿינסטער אומעטום.
שטייט א ייִנגעלע פֿאַרטרויערע,
און קוקט זיך אַרום.
פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט
אַ קאָשיקל האַלט ער אין האַנט
און זייַנע אויגן בעטן יעדן שטום.
איך האָב שוין נישט קיין כּח מער
ארום צוגיין אין גאַס.
הונגעריק און אָפּגעריסן
פֿון דעם רעגן נאַס.
איך שלעפּ ארום זיך פֿון באַגינען,
קיינער גיבט מיר ניט צו פֿאַרדינען,
אלע לאַכן, מאַכן פֿון מיר שפּאַס.
קופּיטיע, קויפֿט זשע, קױפֿט זשע, פּאַפּיראָסן.
טרוקענע, פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן.
קױפֿט זשע, ביליק, בנאמנות.
קױפֿט, און האָט אויף מיר רחמנות.
ראַטעװעט פֿון הונגער מיך אצינד.
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלעך אַנטיקן.
דערמיט וועט איר אַ יתומ'על דערקוויקן.
אומזיסט מייַן שרייַען און מייַן לויפֿן,
קיינער וויל בייַ מיר ניט קויפֿן.
אויסגיין וועל איך מוזן ווי אַ הונט.
איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל
אַ קינד פֿון דער נאַטור.
מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט
האָט זי אַ גאַנצן יאָר.
מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער
לייַכטער ווערן פֿלעגט דער הונגער
ווען איך פֿלעג אַ קוק טון נאָר אויף איר.
מיט אַמאָל געוואָרן איז זי
שוואַך און זייער קראַנק.
אין מייַנע הענט איז זי געשטאָרבן
אויף אַ גאַסן באַנק.
און אז איך האָב זי פאַרלוירן,
האָב איך אלע שוין געוואָרן
זאָל דער טויט שוין קומען אויך צו מיר.
קופּיטיע, קויפֿט זשע, קױפֿט זשע, פּאַפּיראָסן
טרוקענע, פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן.
קױפֿט זשע, ביליק, בנאמנות.
קױפֿט, און האָט אויף מיר רחמנות.
ראַטעװעט פֿון הונגער מיך אצינד.
קופּיטיע קױפֿט זשע שוועבעלעך אַנטיקן
דערמיט וועט איר אַ יתומ'על דערקוויקן.
אומזיסט מייַן שרייַען און מייַן לויפֿן,
קיינער וויל בייַ מיר ניט קויפֿן
אויסגיין וועל איך מוזן ווי אַ הונט.
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist