Kishore Kumar Hits

Dudu Fisher - Der Shadchen lyrics

Artist: Dudu Fisher

album: This Is Yiddish


ווען דער שדכן איז געקומען צו מיין זיידן
די טאטע מיט די מאמע א שידוך ריידן
האבן זיי גערעדט און גערעדט און גערעדט
און גערעדט און גערעדט...
ביז ס'איז געווארן צונישט
ביז דער גלעזעלע משקה האט זיך אריינגעמישט...
צוליב משקה איז דער שידוך געווארן געשלאסן
דער טאטע איז געווארן דער מאמע'ס חתן
איי דיריי...
האבן זיי טאקע באלד די חתונה געמאכט
און געטרינקען די משקה א גאנצעטשקע נאכט
גלעזעלעך משקה האבן געטרינקען אלע
לכבוד דעם חתן אוי לכבוד דעם כלה
צוליב משקה האט דער טאטע דער מאמע גענומען
צוליב משקה בין איך אויף דער וועלט געקומען
איי דיריי...
איך געדענק נאך וואס איז געווען ביי מיין ברית
און די גלעזעלעך משקה האט נישט אראפ פון טיש
א פעסעלע משקה נאנט צו דעם וואנט
און א גרויסן גלאז אין די רעכטע האנט
דער עולם האט געשריגן מזל טוב
דאס קינד זאל וואקסן זיין א רב
איי דיריי...

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists