מארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ
אין וויליאמסבורגער גאסן
ווען איהר גייט ארויס ווי עס הייבט אן טאגן
און איהר נעמט בעטראכטן איר פון ווייטן
זעט איהר אידן גיין אין שטריימלעך
ציצית, בערד מיט ווייסע זאקן
און די פאות הענגען ביי די זייטן
גייען פרויען, טראגן סחורות
פיש מיט מילך און ברויט מיט פירות
אלע אין די שייטלען און פארראקן
זיי לויפן דורך די גאס באשיידן
מיט קיינעם ווילן זיי נישט ריידן
און אויף קיינעם ווילן זיי נישט קוקן
אין יעדער גאס א תלמוד תורה
זיצן קינדער לערנען תורה
און ישיבות פיל פארהאן איז דארטן
פון איינער הערט מען המניח
און דער צווייטער השולח
פון דער דריטער שרייט מען הכל שוחטין
און די טאטעס פון באגינען
לויפן מענטשן געלט פארדינען
אלע אפגעדאוונט א מחיה
פארקויפט מען פלייש, פארריכט מען טישן
און פון צייט צו צייט צווישן
כאפט מען זיך א קוק אין א משניות
פארהאן אין וויליאמסבורג א דאקטער
וואס א טלית קטן טראגט ער
און א לויער'קע א אשה כשרה
פארט א טעקסי, מחותנים
ראשי ישיבות מיט רבנים
און דער דרייווער רעדט מיט זיי אין תורה
צו וועלכן איד איהר וועט אריין גיין
וועט ער עסן אייך דערלאנגן
און וועט מיט אייך מאכן א לחיים
ווילט איר האבן עולם הבא
פאלגט דעם איד און בלייבט אויף שבת
וועט איהר מיינען עס איז ירושלים
אוי! וויליאמסבורג
א מחי' גאר
זיי וואוינען דארטן, פיינע אידן
אויף מיר אזא יאר
אוי! וויליאמסבורג
ס'איז גאר א נייע וועלט
מען לערנט תורה
מען דאנקט דעם בורא
אין יעדן געצעלט
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי
פון דעם רבי'נס הויז
א טומל גייט ארויס
עס טאנצן חסידים
א ליהודים
הויבן זיך דורכאויס
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי
ארום'ן לאנגן טיש
הויבן זיך די פיס
אויסגעצויגן
אויסגעבויגן
לעבעדיג און פריש
איי! וויליאמסבורג
זי האט קיין גלייכן נישט
ס'איז מים חיים
ירושלים
פון דעם גלות איד
וויליאמסבורג
א מזוזה אויפן טיר
ס'איז פול מיט שירה
פול מיט יראה
א געזונט אויף איהר
פרייטיג באלד נאכמיטאג
ווערט אין וויליאמסבורג פארמאכט די געשעפטן
שנעל עס לויפן אין די הייזער אלע
מען פוצט זיך אויס, מען וואשט זיך אויס
מען נעמט זיך אן מיט נייע קרעפטן
אויפן טיש עס שטייט שוין וויין מיט חלה
דער מאן ער גייט אוועק אין שול
די פרוי זי נעמט דעם קרבן מנחה
זאגט צום ערשט די שבת'דיגע תחינה
דער מאן ער קומט צו גיין פון שול
די פרוי באגעגנט אים מיט שמחה
און אויף זייער קאפ עס רוהט די שכינה
אין די מקוה, פון באגינען
קען מען אידן שוין געפינען
עס דאכט זיך, אז זיי זיצן דארט כסדר
איינער האלט זיך אין איין וואשן
איינער האלט זיך אין איין ווישן
און איינער שטענדיג זוכט ארום די קליידער
און פון דער מקוה נעמט מען לויפן
דורך די גאסן דורך די הויפן
פון די מאנטלען שטעקן די טליתים
און יעדער איינער לויפט צום רבי'ן
און טוט אויף אים אכטונג געבן
און ער פירט זיך ווי דער רבי הייסט אים
אוי, יעדער רבי איז א וואונדער
יעדער האט זיין וועג באזונדער
ווי מען דינט דעם טאטע'ן בשמים
און ווען איינער מאכט שוין קידוש
זאגט דער צווייטער א חידוש
זינגט דער דריטער שוין א מארש א נייעם
ביים קלויזנבורג'ער פאלן טרערן
און טיפע קרעכצן ביי דעם סקווירא'ן
און די סטאלין'ער חסידים שרייען
ביי סאטמאר'ן נישט אנגעפאנגען
מען איז אין מקוה ערשט געגאנגען
ביי די וויזשניץ'ער טרינקט מען שוין לחיים
אוי! וויליאמסבורג
אין תורה ודעת
אויבן לערנען קליינע קינדער
אונטן חברה ש"ס
אוי! וויליאמסבורג
ווינער יונגעלייט
גייען רואיג דאווענען מנחה
קומען פונקט אין צייט
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי
ביי מיר, אין בעלז, אין גור
פאפא, צעהלים'ער
און תלמידות פון בית יעקב
וואו מען גיבט א קער
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי
באסעס פארן שווער
פיהרן מיליטער
קינדערלעך אין די ישיבות
פיהרן הין און הער
איי! וויליאמסבורג
זי איז נישט אליין
פארהאן ביי אונז נאך ווינקעלעך
וואס זענען אזוי שיין
וויליאמסבורג
דער עיקר נאר איין זאך
מען זאל האבן אידיש נחת
פון די קינדערלעך
קעניינעהארע! קעניינעהארע
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist