Kishore Kumar Hits

Levy Falkowitz - Kol Nidrei - כל נדרי lyrics

Artist: Levy Falkowitz

album: A Ehrlicheh Lid - א עהרליכע ליד


איי ליי לו לו לו לו
איי ליי לו לו לו לו
זיצט זיך דער סאסובער
ביים קינדס וויגעלע
איי ליי לו לו לו
איך האב געטון דא פארביי גיין
און דערהערט איך האב א געוויין
איך קום אריין
איך קוק זיך איין
ליגט א קינד אליין
עס האט די אויגעלעך פערמאכט
און די מאמע האט געטראכט
איינס און צוויי
טאן א גיי
און הערן כל נדרי
אין שול
איז פול
און שפעט איז שוין די שעה
און דארט
אויף זיין ארט
דער צדיק איז נישט דא
דער טאג איז אוועק
אן אומעט א פחד א שרעק
די אויגן ביי אלע מיט טרערעלעך פול
די ערטער שוין אלע פארנומען אין שול
עס פעלט נישט קיין איד אין דעם שפעטיגן שעה
נאר דער צדיק, דער צדיק, נישט דא
איי ליי לו לו לו לו
איי ליי לו לו לו לו
שטייט זיך דער סאסוב'ער
ביים קינדס וויגעלע
איי ליי לו לו לו
ווישט דער צדיק אפ א טרער
וויגט די וויג אהין אהער
שא, מיין קינד
שלאף געשווינד
האב קיין מורא נישט
אין שול דיין מאמע אויסגעציהט
שטייט און בעט ביי דעם וואס היט
זאל היטן דיר
זאל היטן מיר
זאל היטן יעדן איד
אין שול
איז פול
אין פענסטער איז שוין שווארץ
ווער ווייסט ווער ווייסט
עס קלאפט אזוי דאס הארץ
וואס איז געשען
נאך קיינמאל אזוינס נישט געווען
קוקן די אויגן צום הימל מיט שרעק
דער צדיק, דער צדיק, וואו איז ער אוועק
שווימט אויפן הימל א ווייסיגע רויך
אפשר איז ער אין דער הויך
איי ליי לו לו לו לו
איי ליי לו לו לו לו
שטייט זיך דער סאסובער
ביים קינדס וויגעלע
איי ליי לו לו לו
קוק מיין קינד, א ווייסע רויך
ברענגט מלאכים פון דער הויך
און מען זינגט
און מען ווינקט
און מען קוועלט אזוי
זעה ווי שפעט איז שוין די נאכט
און די גאנצע הימל ווארט
דו זאלסט זיין שיין
און איך זאל גיין
זאגן כל נדרי
דער צדיק וויל גיין
מאכט דאס קינד א געוויין
נישט וויין, נישט וויין
איך וועל דיר נישט לאזן אליין
גיט זיך דער צדיק א דריי
און צום הימל ער גיט א געשריי
ווי קען מען א קינד לאזן וויינען אליין
בעשעפער הער אויס דיינע קינדערס געוויין
געלאזן אויף הפקר צו שאנד און צו שפאט
מען טאר נישט פארלאזן זיי ג-ט
געלאזן אויף הפקר צו שאנד און צו שפאט
מען טאר נישט פארלאזן זיי ג-ט

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists