ניסים, ניסים, ניסים, טוט געשעהן
נאר קיינער טוט נישט וויסן, און קיינער טוט נישט זעהן
ניסים, ניסים, ניסים, טוט געשעהן
נאר קיינער טוט נישט וויסן, און קיינער טוט נישט זעהן
ניסים, איז אלעס, מען דארף עס מער נישט וויסן
אז מען לעבט אדורך א טאג, אז מען שלינגט אראפ א ביסן
איר גייט צווישן שיכורים, מען טוט אייך נישט קלאפן
גייט דארטן א שיכור, די הוט טוט נישט צו כאפן
ניסים, ניסים, ניסים, טוהט געשעהן
נאר קיינער טוט נישט וויסן, און קיינער טוט נישט זעהן
מיט א גאלדענע קייטל, שפאצירן גייט זי איידל
קומט אהיים בשלום, צוזאמען מיט דער קייטל
א באנקעט פון די מוסדות, אנגעפילטע טישן
אויבן אן עס זיצט נישט, א גרויסער פאליטישן
ניסים, ניסים, ניסים, טוט געשעהן
נאר קיינער טוט נישט וויסן, און קיינער טוט נישט זעהן
(מי שעשה ניסים לאבותינו
בימים ההם בזמן הזה)
איינער האט געקריגן א שטעלע, גאר א גדלות
אינגאנצן אָן פראטעקציע, אינגאנצן אן השתדלות
אין ישיבה פעהלט א רבי, א מגיד שיעור להלכה
מען האט צוגענומען איינעם, נישט פון דער משפחה
ניסים, ניסים, ניסים, טוט געשעהן
נאר קיינער טוט נישט וויסן, און קיינער טוט נישט זעהן
איר זעצט זיך עפעס עסן, דער עסן האט א מעלה
נישט דא אויף דעם קיין טענה, נישט דא אויף דעם קיין שאלה
חסידים פון צוויי רבי'ס, געשמועסט פול מיט דביקות
צוויי שעה אפגעזעצן, אינגאנצן אן מחלוקת
א מיידל פון א אפיס, דער טאטע האט די דעות
זי זוכט דוקא א חתן, מיט אראפגעלאזטע פיאות
א בר מצוה בחור, א ביבער הוט טוט טראגן
ער האט גארנישט קיין מורא, וואס די כלות וועלן זאגן
דער אויטאבוס געקומען, דער עולם א צושפארטער
דער ערשטער איז צופרידן אז ער גייט אריין דער אכטער
אין גראסערי מען שפארט זיך, מען טוט זיך גארנישט שעמען
דער ערשטער איז צופרידן, דער לעצטער כאטש צו נעמען
ניסים, ניסים, ניסים, טוט געשעהן
נאר קיינער טוט נישט וויסן, און קיינער טוט נישט זעהן
(אוי אין אמעריקע)
אין אמעריקע איז שווערלאך א גביר צו ווערן
אין ארץ ישראל זענען אלע מיליאנערן
ווי אזוי מ'קויפט א דירה, פארשטייט נישט יעדער איינער
און מען טוט אויך שידוכים, אינדרויסן שלאפט נישט קיינער
די פרייזן שטייגן שרעקליך, נאך קיינמאל נישט געוועזן
און יעדער האט וואס אנטאן און יעדער האט וואס עסן
א הפגנה פארגעקומען, די משטרה טוט יאגן
איינער איז געבליבן, מען האט אים נישט געשלאגן
די ווענט אין מאה שערים זענען פול מיט שפאלטן
מען קלאפט אויף דעם מודעות און עס טוט זיך האלטן
ווילד די אויטובוסן, לויפן אויף די מענטשן
אז מען גייט אדורך בשלום, דארף מען גומל בענטשן
אין אפיס פון מדינה, נישט געווען קיין זארגן
מען האט אייך גלייך ערלעדיגט, נישט געהייסן קומען מארגן
אן אסיפה אין די כנסת, פון אלע פארטייען
דורכגעגאנגען מענטשליך, אן ווילדע געשרייען
נאר אזאנע ניסים
ניסים, ניסים
Поcмотреть все песни артиста