Kishore Kumar Hits

Levy Falkowitz - Sod Shel Mashkeh lyrics

Artist: Levy Falkowitz

album: Toiv Lee


ביים צמח צדק, האט דער סיפור פאסירט
ווען מיט חסידים, א פארברענגן געפירט
די חסידים מיט דארשט געטרינקן
אין טיפע מחשבות, פון חסידות פארזינקן
מ'גיסט אן גלעזלעך משקה, איינס נאכן צווייטן
די שמחה טוט זיך גאר שנעל פארשפרייטן
מיט הארציגע ניגונים געזאנגן
אבער פלוצלינג... די משקה איז אויסגעגאנגן.
מ'קוקט און מ'זוכט, און עצות מ'קלערט
יעדע פלאש אויפן טיש שוין איבערגעקערט
באשעפער מיר ווילן זיך פרייען למען שמך
נישטא מיט וואס, להשקות צמאי חסידיך
דער צמח צדק בעט, פון א חסיד גאר געטריי
זלמ'לע טו א טובה, ברענגן משקה גיי
גלייך נאכן רבי'נס באפעל געשווינד
ער לויפט אין די גאסן זוכן בראנפן אצינד
ס'שפעט אין די נאכט, נישט אפן קיין געשעפט
פון די גוטע שארפע סחורה, ווי מ'טרעפט
ער זעט פון דערווייטען ס'איז ניכר, עס קומט איהם אנקעגן, איוו
אן דער שיכור
ער גייט דארט אזוי, מיט וואקלדיגע טריט
אין די הענט א באטל וואדקע, מיט א גוטן אפעטיט
אזא אוצר ער טוט פארמאגן
הלואי הלואי... פארן רבי'ן צו טראגן
לאמיך נאר מיט איהם דעם געשעפט שליסן
און ביים פארברענגן וועט זיך ווייטער די משקה גיסן
צום שיכור לויפט ער צו די מקח צו מאכן
אבער דער גוי טוט איהם אין פנים לאכן
ניין ניין ניין שרייט ער, בשום אופן
דאס פלעשעלע וועל איך דיר נישט פארקויפן!
ער כאפט עס אן, לאזט עס נישט ארויס פון האנט
זלמ'לע שטייט און העכערט די פרייז נאכאנאנד
ביז פופצן רובל טבין ותקילין
אזא געלעגנהייט וויל ער נישט פארשפילן
מער פון דעם האט ער שוין נישט אין זיין טאש
ַאבער איוואן דער שיכור איז נישט מוותר אויפן פלאש...
זאגט איהם זלמן, א קשיא מיר עס פלאגט
פארוואס האסטו פופצן רובל אפגעזאגט
זיך באנארישט אויף אזא פרייז, וואלסט געקענט דערמיט קויפן די האלבע גאס
איוואן ביסט נישט קיין נאר, דיין קאפ ארבעט גוט
וואלסט געקענט ווערן אן עושר, אין איין מינוט
קוק ארום די אלע הייזקעלעך קליינע,
זיי וואלטן יעצט געקענט גאר ווערן דיינע
איוואן קוקט צוריק מיט א בליק פון רחמנות,
און ענטפערט איהם מיט שפאס און ליצנות
אוי זלמ'לע אוי זלמ'לע, דו נאר איינער
מיט דעם פלעשעלע ווערט, גאנץ פעטערבורג מיינער!
איך טרינק מיט א געשמאק, און איך ווער גאר הויעך
איך קען דערזען וואס איך וויל אין מיין מוח
איך קען גאר שפירן ווי, דער צאר, ווי א גביר
דעמאלטס בין איך בעל הבית,
און ס'האט נישט קיין שיעור
ר' זלמן לויפט צוריק צום רבי'ן מיט זריזות
דער עולם באטראכט איהם, די משקה ווי-איז-עס?
רבי קיין בראנפן האב איך נישט א שאד
אבער איך האב מיטגעברענגט אן אנדערע אוצר אנשטאט
"דער סוד פון משקה" טו איך שוין פארשטיין
איך האב עס מקבל געווען פונעם שיכור אליין
ווען מ'איז בשמחה אויפגעלייגט
דעמאלטס גאר הויעך דער מענטש ער שטייגט
גארנישט, איז צו גרויס גארנישט איז צו שווער
מיט שמחה קען מען דערגרייכן, מער און מער
די כוח פון שמחה ווערט קיינמאל, אפגעשטעלט
און דעמאלטס קען מען האבן די גאנצע וועלט...

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists