אין א שטעטעלע א קליינע אמאל געזעהן מען האט
אידעלעך וואס שטרעבן, לעבן, אטעמען גאט,
גארנישט פארמאגט-מען, דאגות טראגט-מען, קיינמאל ניין,
מיט תמימות פארלאזט זיך נאר אויף אים דער איין.
א משפחה, א געזינדל,
א קיעלע, א הינדל, פארמאגט ר' שמואל,
פון דעם ציהט ער חיונה, לעבט נאר מיט אמונה,
און בטחון פיל,
טעגליך מאכט ער זעכער, גלוסט צו לעבן העכער, אלעס נאר איין זאך,
דעם בורא צו שאפן א נחת רוח.
חן פון די אויגן האט געפלאסן,
יראת ה' אויף די פנימ'ער אויסגעגאסן,
קיין סך פארשטייט ער,
דאך נאכגייט ער,
דעם אויסגעטרעטענעם וועג.
ווען די מילך צו די קונים ער אפטראגט,
תהלים, משניות, מיט כוונה זאגט,
א פארצייטיש אידל,
אט די לידל,
זינגען אלס ער פלעגט...
וואס מ'האט אמאל געהאט וועט מער זיין קיינמאל,
די שמחה, די אמונה, איי ווי שיין,
געדענקען דארפן מיר אבער אז איינמאל,
אזא רבי שמואל איז געווען.
און פרובירן דארף מען זיי נאר נאכצומאכן,
יעדער אויף זיין אייגענע פארנעם,
נאר צו טון גוטע ערליכע זאכן,
דעם רצון השם.
עבדו עבדו את ה' בשמחה...
בואו לפניו לפניו ברננה...
די מאמע געזעגנט איר קינד מיט א ברכה,
שרוליק, אין ישיבה דו גייסט,
לאזט איבער די עלטערן, די שטוב, די משפחה,
מיט א תכלית ווייל דו ווייסט,
מ'דארף לערנען פלייסיג, אין תורה שטייגן,
וואקסן מער און מער,
בלייב'זשע מיר געטריי, פאלט א מאמע'ס טרער.
מיט די גמרא אין די זייט, א צעריסענע כאלאט,
קומט ער אן פון וועג,
כסדר דארף מען זארגן, וואו היינט, וואו מארגן,
וועט מען עסן טעג,
שעות לאנג, אויף דעם הארטן באנק,
אין א קשיא ער איז פארטיפט,
אליין, צו פארשטיין, און דערגיין, א סברא פרואווט.
מיט אן ארעמע זופ איז ער זיך מחיה,
אבער רייך אין די תורה ער איז זיך מייגע,
ביינאכט טונקל,
ער האט זיך זיין ווינקל,
דאס לעכטעלע ברענט און צאנקט.
סוף זמן ס'איז צייט אהיימצוגיין,
די מאמע ביים שוועל פון טיר, דארט טוט זי שטיין,
מיט טרערן הייסע,
מיין קינד! חיילך לאורייתא,
פון נחת זינגט מיט געזאנג...
וואס מ'האט אמאל געהאט וועט מער זיין קיינמאל,
די דחקות דאך מ'הארעוועט, איי ווי שיין,
געדענקען דארפן מיר אבער אז איינמאל,
אזא בחור'ל שרוליק איז געווען.
און פרובירן דארף מען זיי נאר נאכצומאכן,
יעדער אויף זיין אייגענע פארנעם,
נאר צו טון גוטע ערליכע זאכן,
דעם רצון השם.
טוב לי טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף...
זיצט ביים טיש דער רבי מיט חסידים, איי, איי, איי,
דברי תורה מיט התלהבות לערנט ער מיט זיי,
שטייט א חסיד'ל מיט זיין קוויטל אין די לאנגע רייע,
להתברך מיט בני חיי מזוני.
רבי אפרים, כאפט שיריים, און ער וואונטש לחיים, אויף לאנגע יארן,
די שמחה אן א עק איז, ווייל לאנגע שטרעקעס, געקומען צו פארן,
די היים איבערגעלאזט, אבער ווערט יעדע קאסט,
צו האבן די זכיה,
דער צדיק זאל אים זיין משפיע.
קיין פרוטה אחת האט ער צום נשמה,
אבער לויטער חסידות דאס איז זיין נחמה,
קוקט נישט אויף גארנישט,
פארפאסן מ'טאר נישט,
אויף יום טוב צום צדיק מ'קומט.
דאס ביסל וויילן דערהייבט אים דאס גאנצע יאר,
אין ספרי חסידות אויסגעקאכט און קלאר,
אין די שנייען און רעגן,
קלעטערט די וועגן,
און אט די ניגון'דל ער ברומט...
וואס מ'האט אמאל געהאט וועט מער זיין קיינמאל,
צדיקים וקדושים מ'האט געזען,
געדענקען דארפן מיר אבער אז איינמאל,
אזא חסיד רבי אפרים איז געווען.
און פרובירן דארף מען זיי נאר נאכצומאכן,
יעדער איינער אויף זיין אייגענע פארנעם,
נאר צו טון גוטע ערליכע זאכן,
דעם רצון השם.
ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור...
Поcмотреть все песни артиста