Kishore Kumar Hits

Shimmy Engel - Chaval lyrics

Artist: Shimmy Engel

album: Chaval


א ציטער כאפט
מוישי איז שוין נישטא מער
ניין
עס גלייבט זיך נישט.
דאס הארץ פארפעלט א קלאפ דאס צו דערהייבן איז שווער
אוי ניין
א טרער מען פארווישט.
קוים מיט דיר געשמועסט
קוים מיט דיר גערעדט
אוי ניין
ווי ביסטו געגאנגען ווי?.
ווען מיר וואלטן געוויסט
אז מער נישט זיין מיט אונז ער וועט
אוי ניין
אזוי יונג און פרי.
דיין שמייכל דיין גוט ווארט
אין יעדן ארט
גאר א צווייטע סארט
מוישי מיר געדענקען.
דיין גאלדן הארץ
ווען א צווייטן איז שווארץ
געווען מחזק און מערץ
אוי ווי מיר טוען בענקען.
חבל חבל
פארלאשן דעם שטראל
מ'וויינט מיט געוויין
חבל על דאבדין
ולא ולא
די בוסט מער נישטא
אבער. ולא משתכחין.
חבל חבל
פארלאשן דעם שטראל
מקען נישט פארשטיין
חבל על דאבדין
ולא ולא
די בוסט מער נישטא
אבער. ולא משתכחין.
משפחה און פריינט האסטו איבערגעלאזט
אוי ניין
מיר וועלן קיינמאל פארגעסן די מאמענט.
מוישי די שמחה! די שמחת החיים וואס געהאט די האסט
ווי שיין
לערנען פון דיר מהאט געקענט.
מוישי, אמונה בטחון מיט אזא תמימות
פול מיט חן
דיין יראת השם.
דיין טיר אלס אפן ברייט
מיט אזא נעימות
אונז אליין
האסטו איבערגעלאזט אין קלעם.
מוישי פארט
בוסט אין א גוטער ארט
געדענק אונז אויך דארט
אוי ווי מיר טוען בענקען.
און פאר דיין משפחה געטריי
אזויפיל צער און וויי
קרבנות צוויי
מ'פרעגט עד מתי
זאלסטו אונז געדענקען
חבל חבל
פארלאשן דעם שטראל
מ'וויינט מיט געוויין
חבל על דאבדין
ולא ולא
די בוסט מער נישטא
אבער. ולא משתכחין.
חבל חבל
פארלאשן דעם שטראל
מקען נישט פארשטיין
חבל על דאבדין
ולא ולא
די בוסט מער נישטא
אבער. ולא משתכחין.
מיר ווייסן כל מה דעביד רחמנא לטב
אוי ניין
נישטא קיין צופאל.
אבער טאטע זיי זיך שוין מרחם כרחם אב
אוי ניין
מער נישט דארפן וויינען חבל.
חבל חבל
פארלאשן דעם שטראל
מ'וויינט מיט געוויין
חבל על דאבדין
ולא ולא
די בוסט מער נישטא
אבער. ולא משתכחין.
חבל חבל
פארלאשן דעם שטראל
מקען נישט פארשטיין
חבל על דאבדין
ולא ולא
די בוסט מער נישטא
אבער. ולא משתכחין.

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists