ס'איז סוף פונעם סעודה
שבועות ביינאכט
איבער'ן טעלער פלייש
זיצט דער איד פארטראכט
איך גיי דאך היינט נאכט
אויפזיין זאגן תיקון
אין אפאר שעה ארום
דאווען איך שוין ותיקין
ש'טייצעך אז פארן דאווענען
א קאווע וויל-איך
אבער אויב עס איך יעצט די פלייש
וועל איך נישט קענען האבן קיין מילך
דער איד טוט קווענקלען און זארגן
ער ברויך מחליט זיין
אדער פלייש יעצט
אדער א קאווע מארגן
לכאורה
איז דער איד סתם א בעל תּאוה
מאכט חשבונות פון אכילה
פלייש אדער קאווע
האט אבער א גוטער איד מסביר געווען אזוי
באטראכט די חילוק אין תּאוות
פון איד און א גוי
א גוי'ס תּאוות איז נידריג
מיאוס
און טרייף
דעם איד'ס תּאוה
איז אבער געבויעט אויף
לא תבשל גדי בחלב
דער איד'ס תּאוה
קען טאקע האבן גשמיות'דיגע טעמים
אבער ס'שרייט ארויס פון זיך
דעם אתה בחרתנו מכל העמים
אזוי צו אזוי
וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תּאוות ומחשבות לבנו
לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי
וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תּאוות ומחשבות לבנו
לעבודתו יתברך שמו
די צאמשטעל פון א קאווע
מיט א קאצקע צוקער
נאכן מקוה מיט די נאסע פאות
די תּאוה מוצאי שבת
פון צאמלייגן דעם טלית
און טון עפעס פאר שלום בית
די זיסקייט פון א דרימל
אינמיטן לכה דודי
ס'איז בעסער ווי אין בעט אינמיטן נאכט
און פון צו גיין צום עמוד
און זיך גארגלען ביים ברעטל
בשעת דער עולם קראכט
עולה זיין שישי
זיצן אויף מזרח
שווענדן מפטיר יונה אן אוצר
אויסלאזן תחנון
אדער איבערהיפּן
דעם לאנגן שטיקעלע יוצר
שרייען די ערשטע
יעלה ויבוא
ס'איז א שמחה ממש אז מ'קען וויינען
גיי זיי מסביר פאר א גוי דעם טעם
פון מאכן קידוש אינמיטן ליינען
זיך קענען אראפזעצן נאך א לאנגע ממקומך
אראפציען דעם טלית פונעם קאפ
די חיות פון שרייען אויפן בעל קורא
ווען ער מאכט א טעות מיטן טראפ
שרייען חזק
שטויסן עמלק
מיט א צארן א שארפן
און ווארפן אויפן חתן א צוקערל נאכדעם
וואס יעדער האט גע'ענדיגט שוין ווארפן
מיט ברומען וטהר לבנו
אדער שרייען "שבחחח" אזוי קרעכציג
אויסצופאסטן נאך א לאנגן תענית
כאפענדיג א מעריב ביי די זעכציג
א שמעק טאבּיק
א קוגל ליל שישי
א אידישע הבנה
די דילעמע פון קלייבן
וועמען צו פרעגן
שלום עליכם ביי קידוש לבנה
אזוי צו אזוי
וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תּאוות ומחשבות לבנו
לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי
וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תּאוות ומחשבות לבנו
לעבודתו יתברך שמו
די תּאוה פון נאך דארפן ערלעדיגן אויף שבת
נישט קיין חילוק ווי שפעט ס'איז די זמן
די תּאוה פון נעמען צוויי האנטוכער אין מקוה
אן עקסטערע דערקוויקונג איז פארהאן
זארגן און שוויצן שוין פרייטאג ביי קידוש
צו גרעיפּ דזשוס אויף הבדלה וועט נאך זיין
די תּאוה פון האלטן שוין די כוס אין די האנט
אין א זאפטיג שמועס לאזט זיך אריין
די תּאוה פונעם טאטע'ן צו פרעגן ביי יחץ
נו קינדער
וועלכע חלק איז גרעסער
צו דרייען מיט א בעזעם
ביי שריפת חמץ
אז די פייער זאל ברענען בעסער
מאכן זיכער יעדער ווייסט
אז איך פאר אוועק אויף יו"ט
אין קאנטרי אדער לעבר הים
די פילינג פון פארזוכן
דעם האלאפטשע פון באבע'ן
כאטשיג עס איז חק בלי טעם
די געשמאק פון קענען בראקן
אחרון של פסח
נאך זיבן טעג האבנדיג געווארט
חוהמ"ד באזוכן
דעם טיר-גארטן
ווייל א גאנץ יאר איז דאך עס פארשפארט
דאס וועלן קלאפן
נאך איינמאל די הושענא
און זען ווי די בלעטלעך צעפליעט
טרעפן א בלאט פלעק
אויפן חבר'ס אתרוג
די שמחה פארשטייט נאר א איד
בענטשן גומל ביים גרעסטן מנין
?זאל יעדער פרעגן וואו ביסטו געווען
און ווען אין שפיטאל פירט מען איינעם אריין
?ארומגיין פרעגן וואס איז געשען
קוקן צו די פּעינט איז טאקע טריקן
מיט די פינגער געבן א טייטל
די כיטערישקייט
פון דערווישן יענעם'ס נאמען
מיטן קוקן אויף זיין טלית בייטל
אויפצווועקן יעדן איד אויפן פליגער
און פרעגן אויב זיי ווילן אפשר דאווענען
שטופט אפ דעם סיום פון חודש חשון
דוקא אין די 9 טעג דאס צו פראווענען
געבן מזל טוב פארן חתן
פונקט ווען צום חופה ער גייט-שוין
וועלן א מצוה טאנץ וואס זאל זיך ענדיגן
ווען יעדער איינער אויפשטייט-שוין
אזוי צו אזוי
וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תּאוות ומחשבות לבנו
לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי
וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תּאוות ומחשבות לבנו
לעבודתו יתברך שמו
די תּאוה פונעם חולה וואס וויל פאסטן
כאטשיג וואס דער דאקטאר שרייט געוואלד
די תּאוה פונעם רוסישן איד וואס לאזט זיך
מל'ן ביי די 40 יאר אלט
די תּאוה פון עלטערן צו טון פאר זייער קינד
אסאך מער ווי פאר זיך אליין
די תּאוה פון א קינד וואס וויל ברענגן נחת
און גייט אויס מ'זאל אים פארשטיין
די תּאוה וואס ברענט אין א פארלוירענע נשמה
באמת וויל ער זיין גוט
נישטא נאך אזא תּאוה ווי א אידיש קינד'ס תּאוה
וואס אוועקשטיין פון א תּאוה ער טוט
איך דאנק דעם קל חי
שלא עשני גוי
כאטשיג תּאוות ומחשבות לבנו
ס'איז לעבודתו
יתברך שמו
Поcмотреть все песни артиста
Other albums by the artist