Kishore Kumar Hits

Motty Ilowitz - Yiddishe Taavos lyrics

Artist: Motty Ilowitz

album: Rayoines


ס'איז סוף פון די סעודה שבועות ביינאכט
איבער טעלער פלייש זיצט דער איד פארטראכט
איך גיי דאך היינט נאכט אויפזיין זאגן תיקון
אין אפאר שעה ארום דאווען איך שוין ותיקין
ש'טייצעך אז פארן דאווענען א קאווע װיל איך
אבער אויב עס איך יעצט די פלייש וועל איך נישט קענען האבן קיין מילעך
דער איד טוט קווענקלען אין זארגן
ער ברויכט מחליט זיין: אדער פלייש יעצט אדער א קאווע מארגן
לכאורה איז דער איד סתם א בעל תאוה
מאכט חשבונות פון אכילה פלייש אדער קאווע
האט אבער א גוטער איד מסביר געווען אזוי
באטראכט די חילוק אין תאוות פון א איד און א גוי
א גוי'ס תאוות איז נידריג מיאוס אין טרייף
דעם איד'ס תאוה איז אבער געבויט אויף לא תבשל גדי בחלב
דער איד'ס תאוה קען טאקע האבן גשמיות'דיגע טעמים
אבער ס'שרייט ארויס פון זיך דעם אתה בחרתנו מכל העמים
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
די צאמשטעל פון א קאווע מיט א קאצקע צוקער נאכן מקווה מיט די נאסע פאות
די תאוה מוצאי שבת פון צאמלייגן דעם טלית און טון עפעס פאר שלום בית
די זיסקייט פון א דרימל אינמיטן לכה
דודי ס'איז בעסער ווי אין בעט אינמיטן נאכט
און פון צו גיין צום עמוד און זיך
גארגלען ביים ברעטל בשעת דער עולם קראכט
עולה זיין שישי זיצן אויף מזרח שווענדן מפטיר יונה אן אוצר
אויסלאזן תחנון אדער איבערהיפן דעם לאנגן שטיקלע יוצר
שריין די ערשטע יעלה ויבוא ס'איז א שמחה ממש אז מ'קען וויינען
גיי זיי מסביר פאר א גוי דעם טעם פון מאכן קידוש אינמיטן ליינען
זיך קענען אראפזעצן נאך א לאנגע ממקומך אראפציען דעם טלית פונעם קאפ
די חיות פון שרייען אויפן בעל קורא ווען ער מאכט א טעות מיטן טראפ
שרייען חזק שטויסן עמלק מיט א צארן א שארפן
און ווארפן אויפן חתן א ציקערל
נאכדעם וואס יעדער האט געענדיגט שוין ווארפן
מיטברומען וטהר לבנו אדער שרייען שבחחח אזוי קרעכציג
אויסצופאסטן נאך א לאנגע תענית כאפענדיג א מעריב ביי די זעכציג
א שמעק טאביק א קוגל ליל ששי א אידישע הבנה
די דילעמע פון קלייבן וועמען צו פרעגן שלום עליכם ביי קידוש לבנה
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
די תאוה פון נאך דארפן ערלעדיגן אויף
שבת נישט קיין חילוק ווי שפעט ס'איז די זמן
די תאוה פון נעמען צווי האנטוכער אין
מקוה אן עקסטערע דערקוויקונג איז פארהאן
זארגן אין שוויצן שוין פרייטאג ביי קידוש
צו גרעפ דזשויס אויף הבדלה וועט נאך זיין
די תאוה פון האלטן שוין די כוס אין די
האנט אין א זאפטיג שמועס לאזט זיך אריין
די תאוה פונעם טאטע'ן צו פרעגן ביי יחץ נו קינדער וועלכע חלק איז גרעסער
צו דרייען מיט א בעזעם ביי שריפת חמץ אז די פייער זאל ברענען בעסער
מאכן זיכער יעדער ווייסט אז איך פאר
אוועק אויף יו'ט אין קאנטרי אדער לעבר הים
די פילינג פון פארזוכן דעם האלאפטשע פון באבע'ן כאטשיג עס איז חק בלי טעם
די געשמאק פון קענען בראקן אחרון של פסח נאך זיבן טעג האבנדיג געווארט
חוהמ"ד באזוכן דעם טיר גארטן ווייל א גאנץ יאר איז דאך עס פארשפארט
דאס וועלן קלאפן נאך איינמאל די הושענא און זעהן ווי די בלעטלעך צעפליעט
טרעפן א בלאט פלעק אויפן חבר'ס אתרוג די שמחה פארשטייט נאר א יוד
בענטשן גומל ביים גרעסטן מנין זאל יעדער פרעגן ווי ביסטו געווען
און ווען אין שפיטאל פירט מען איינעם
אריין ארומגיין פרעגן וואס איז געשען
קוקען צו די פעניט איז טאקע טריקן מיט די פינגער געבען א טייטל
די כיטערישקייט פון דערווישן יענעמס
נאמען מיטן קוקן אויף זיין טלית בייטל
אויפצווועקן יעדן איד אויפן פליגער
און פרעגן אויב זיי ווילן אפשר דאווענען
שטופט אפ דעם סיום פון חודש חשוון דוקא אין די 9 טעג דאס צו פראווענען
געבן מזל טוב פארן חתן פונקט ווען צום חופה ער גייט שוין
וועלן א מצוה טאנץ וואס זאל זיך ענדיגן ווען יעדער איינער אויפשטייט שוין
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס'איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו
די תאוה פונעם חולה וואס וויל פאסטן
כאטשיג וואס דער דאקטאר שרייט געוואלד
די תאוה פונעם רוסישן איד וואס לאזט זיך מל'ן ביי די 40 יאר אלט
די תאוה פון עלטערן צו טון פאר זייער קינד אסאך מער ווי פאר זיך אליין
די תאוה פון א קינד וואס וויל ברענגן
נחת און גייט אויס מ'זאל אים פארשטיין
די תאוה וואס ברענט אין א פארלוירענע נשמה באמת וויל ער זיין גוט
נישטא נאך אזא תאוה ווי א אידיש קינד'ס
תאוה וואס אוועקשטיין פון א תאוה ער טוט
איך דאנק דעם קל חי שלא עשני גוי
כאטשיג תאוות ומחשבות לבנו ס'איז לעבודתו יתברך שמו

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists