Kishore Kumar Hits

Motty Ilowitz - The Last Day lyrics

Artist: Motty Ilowitz

album: Machshuvas


וואס וואלסטו געטון
ווען דו וואלסט ווען געוואוסט
אז היינט איז דיין לעצטע טאג
און מאָרגן פאַרן בי"ד זיך שטעלן דו מוזט
וואס וואלסטו געטראכט און געזאגט
דו וואלסט אויפגעשטאנען גלייך אינדערפרי
מודה אני גרויסער בורא
ארויסגעטראגן נעגל וואַסער אליינס וואלסטו
און געזאגט א בּרכת התּורה
געלאָפן אין מקוה און פון דארטן צום שיעור
געלערנט אַן אביי אַ רבי חייא
אראפּגעלייגט א שחרית ווי קיינמאל פריער
און אפילו געש'נדר'ט אַן עליה
געגעבן א נדבה פאר יעדן וואס פּישקע'ט
און ביז עלינו תּפילין אנגעטאָן
און אויף דעם מענטש וואס שמועסט
געשריגן און געשישקעט
אפילו יעדער איינער קוקט דיך אָן
דאס איז דאך די כּלל
וואס זאגן אונז חז"ל
שוב יום אחד לפני
קען זיין מארגן איז אלעס פארביי
כאפּ אריין היינט
אלעס וואס מ'פּלאנט
פיר זיך, טו און זאג
ווי כּאילו ס'איז דיין לעצטע טאג
נישט מבטל קיין רגע, לשון הרע נישט געפּרעדיגט
ווייל יעדע מינוט איז גאלד
אין איין טאג געקויפט, באשלאסן און ערלעדיגט
אלעס וואס דו האסט שוין לאנג געזאלט
מיט יעדן זיך פאררעכענט און אפּגעצאלט די חובות
אנטשולדיגט פאר דעם אפּצאל דעם שפּעטן
זיך באדאנקט פאר אלע וואס טוען דיך טובות
און אלע שונאים איבערגעבעטן
גערופן טאַטע מאַמע מיט זיי צו שמועסן
זיכער מאכן אלעס גוט עס גייט זיי
קאמפּלימענט'ס פליסן, יעדן וועסטו גריסן
מחזק זיין און צולייגן א פּלייצע
"גערופן די מלמדים "וואס מאכן מיינע קינדער
ס'דערקענט זיך אייער יראת השם
און צום משולח ביים טיר געלאפן געשווינדער
"אנשטאט זאגן "איך בין נישט אינדערהיים
דאס איז דאך די כּלל
וואס זאגן אונז חז"ל
שוב יום אחד לפני
קען זיין מארגן איז אלעס פארביי
כאפּ אריין היינט
אלעס וואס מ'פּלאנט
פיר זיך, טו און זאג
ווי כּאילו ס'איז דיין לעצטע טאג
אהיימגעקומען מיט א שמייכל צו די קינדער
די טעלעפאן געלייגט אין די זייט
מיט געדולד אויסגעהערט יעדן באזונדער
איבער'ן טאג וואס זיי האבן געהאט
שפּילצייג, היים-ארבעט, צו יעדן זיך געקערט
אז דאס ווייב זאל קענען רואיג קאכן
גערופן די יונגלעך און שנעל זיי פארהערט
אלעס פון די לעצטע פּאר וואכן
א מעריב, א שיעור, היטשעס יעדן געבן
ביים טיי-אווענט דאס בערזל אויסגעלערט
א קריאת שמע של המיטה ס'לעצטע אין לעבן
ביים מזוזה'לע שטייט ער פארקלערט
גייט אריין צו די קינדער און קושט זיי אין שטערן
געדענקט אז טאַטי האט ענק ליב
באדאנקט דעם אשת חיל פאר איר ארבעט דעם שווערן
וואס זי טוט פאר די גאנצע שטוב
דאס איז דאך די כּלל
וואס זאגן אונז חז"ל
שוב יום אחד לפני
קען זיין מארגן איז אלעס פארביי
כאַפּ אריין היינט
אלעס וואס מ'פּלאַנט
פיר זיך, טו און זאג
ווי כּאילו ס'איז דיין לעצטע טאג

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists