Kishore Kumar Hits

Motty Ilowitz - Lyrics lyrics

Artist: Motty Ilowitz

album: Machshuvas


מאטי אילאוויטש – דעם גראם
א גאנצע נאכט שוין – פארבראכט שוין – געטראכט שוין
פון לאנג אהיימגיין פון זאַל
געטאנצן יעדע ליד שוין – ער איז מיד שוין – און מען ציט שוין
אסאך מער ווי נארמאל
ביים טיר שוין ער גייט דארט – ער שטייט דארט – פארביי דארט
עס גייט א אינגערמאן מיט א שאל
דער בדחן! ער כאפּט שוין – ער סטאפּט שוין – און בלייבט שוין
ער וויל נישט אהיים גיין בכלל
מען קען זיין א מידער – פון לידער – און גערודער
דאך גראמען האט א פּאטענט
יעדן אינטערסירט עס – מען שפּירט עס – בארירט איז
דאס הארץ, פון די מאמענט
ביי יעדע מסיבה – די חיבה – און ליבע
וואס ביי אלע מענטשן עס ברענט
וועט זיצן אין זאַל ער – אָן א דאַלער – נאר ווייל ער
וויל הערן די גראמען ביים ענד
זעה נאר דעם פלאם – דעם טעם – אויסנאם
וואס עס ליגט אונטער דעם גראם
אפּאר שורות ברענגט עס צוזאם
ווי איין
שורה'לעך צוויי און דריי זענען זיי
באהעפטן זיי אלע איך גיי
עס הערט זיך דאס הערליך געשריי
גאר שיין
מחזורים און סידור
בריוו'לעך פון ברידער
געדיכטער און לידער
געפּאסט און מסודר
עס וועקט אויף דעם מידער
און ווארעמט די גלידער
מיט חן!
א שיינע בא'ערונג – ערקלערונג – איינשווערונג
תנאים בלומען און נוסח המציבות
אַן עד אין די דזשורנאלן – פארפאלן – ס'מוז שטראלן
מיט גראמעלעך און ראשי תיבות
גראמען ארויס גיט זיך – ס'זעץ זיך – ס'רעדט זיך
די ניגון, דאס בריוו'ל אדער סיי וואס
וואס סתם ווערטער זאגט נישט – פארמאגט נישט – און טראגט נישט
די זעלבע געפיל און התחייבות
גראמען קען מאכן – לאכן – אויפוואכן
דעם טייל פון שמחה און גליק
ס'קען וויינען און קלאגן – און זאגן – די פּלאגן
וואס אונטערן הארץ עס דריקט
ס'קען שפּייען – און שרייען – פארצייען – באנייען
א פריינדשאפט פון יארן צוריק
דעם שרייבער'ס געפילן – טוט שפּילן – קענסט פילן
ווען אויף די גראמען מען קוקט
זעה נאר דעם פלאם, דעם טעם, אויסנאם
וואס עס ליגט אונטער דעם גראם
אפּאר שורות ברענגט עס צוזאם
ווי איין
שורה'לעך צוויי און דריי זענען זיי
באהעפטן זיי אלע איך גיי
עס הערט זיך דאס הערליך געשריי
גאר שיין
מחזורים און סידור
בריוו'לעך פון ברידער
געדיכטער און לידער
געפּאסט און מסודר
עס וועקט אויף דעם מידער
און ווארעמט די גלידער
מיט חן
דער רבי ר' בונם – זאגט מען נאך פון אים – אז טיף אינעם
גראם ליגט סודות נוראות
אז ר' אליעזר הקליר – מיט זיינע איינפאלער – געגראמט האט ער ווייל ער
געוואלט ברענגן פילע השפּעות
דער בעלזא רב ר' ישכר דוב – זאגט ער דערויף – דער גראמער האט האף
פארשפּארן דעם גיהנם אויף שעות
אין באבוב גאר גרויס זי איז – די רב זאגט נישט בלויז זי איז – גר"ם איז די אותיות
מ'בטלין ג'זירות ר'עות
מ'זעט יוצרות און זמירות – די שורות – פון פריער איז
געשריבן מיט גראמען און ליד
צדיקים אלס שרייבער – מחבר – מסתבר
א טיפע חכמה עס ציט
רבי'ס מיט חן זיי – אליין זיי – שטייען זיי
גראמען פאר א צווייטן איד
באטראכטן דו דארפסט עס – צו פּאסט עס – דאך ווייזט עס
א העכערע ענין דא רועט

Поcмотреть все песни артиста

Other albums by the artist

Similar artists